איך בין זייער צופרידן פון דעם אופן וואס דער איד באשרייבט דעם גאנצן עסק, אנגעהויבן פון די נייעס אריבער צו די עדיטאריעל און גענדיגט ביי די בריוו'ן וואס זענען ערהאלטן געווארן. זייער איידל און צוריק געהאלטן אבער ארויסגעזאגט דעם גאנצן אמת.
נשלח ב-28/8/2009 20:47
ציניקער זאגן, אז יעצט מיטן נייעם חלקה וואס קהל יטב לב ד'סאטמאר קרית יואל האט מקדש געווען, וועט דער "געוועזענער ק"י רב" מאכן ביליגע תקנות אויך פאר די טויטע...
נשלח ב-28/8/2009 22:54
גענוי
לייג אין די זייט די טענות
די מוזט אבער מודה זיין אז דער בלאט איז געשריבען אין זייער א לאו סטאנדארט שפראך
א צווייטער ביי אזא מערכה וואלט שוין איינגעשפאנט ערשט קלאסישע שרייבער צו באיינפלוסען דעם עולם, אבער די בעלי בתים פון דער בלאט קוקען נאר אויפן דאלער, יעדען דאלער פאר א שרייבער איז א דאלער ארויס פון זייער טאש אין א שאד. ממילא נעמט מען די ביליגע היידפארק שרייבען וואס זענען נישט משכנע זיין איינער וואס איז עלטער פון 8 יאר.
איך רעד שוין נישט פון דעם אז דא האבען זיי נישט געהאט קיין שאנס משכנע צו זיין אפילו מיט גוטע ספינער'ס ווייל די מעשה האט אזוי געשטינקען אז עס איז געגאנגען א רויעך.
נשלח ב-30/8/2009 20:53
די גאס שמועסט אז דער איד האט דאסמאל גוט צוגעפיקסט דעם בלאט.
שמואל משכיל האט געהאלטן אז דער איד גייט שיסן מיט די העכסטע טענער, און אויף דעם סמך האט ער ארויסגעשאסן א שמוציגן פאשקעוויל וואס ווער עס לייענט דאס ווייסט נישט וואס ווילן זיי דערמיט.
און ווי איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערן אשכול איז עס א "מאָסט" פאר יעדן דורכצוליינען דעם נארישן ביילאגע פון בלאט.
נשלח ב-30/8/2009 20:58
איך האב געזען א צעטל אינטערגעשריבן פון מיילעך דייטש און שמואל ווידער געוואנדן צי די מערכת פון די איד, אז זיי זענען זיך מחייב נישט צו שרייבן קיין ווארט פון די גאנצע מעשה על תנאי אז די איד גייט אויך גארנישט שרייבן ברוב חסדם ערלויבן זיין צו שרייבן די טריקענע נייעס איבער די פטירה און אפילו אז מהאט עם באגראבן אין די ביה"ח החדש דקיט"ל
נשלח ב-30/8/2009 21:06
גיי גלייב דע ליגענערס פינעם דור זיי האבן געוואלט אז דער איד זאל נישט שרייבן נאר זיי
נשלח ב-30/8/2009 21:23
עס איז אמת אז זיי האבן נישט געוואלט שרייבן, ווייל נאכדעם וואס די וועלט האט שוין אלעס געוואוסט קענען זיי נישט קומען לייקענען די פאקטן.
און ווער עס האט געליינט זייער ביללאגע זעט טאקע וויאזוי זיי האבן געמוזט אפירשלעפן זייערע אלטע פאשקעווילן צו האבן וואס צו שרייבן, אפילו שלא ממין הטענה.ֿ
און עס איז פשוט אינטערעסאנט צו ווייזן, אז ביז יעצט האבן זיי קיינמאל נישט געוואלט אזא מין הסכם מיטן איד, פארוואס עפעס יעצט זענען זיי געווען גרייט נישט צו שרייבן?
אויב זענען טאקע די אלע חברי פון די מאנרוי קהלה אזוי שטארק גערעכט, דארפן מיר נאר בעטן אז די אלע מצוות ומעשים טובים זאל זיי ביישטיין צום יום הדין.
לויט ווי די בחורי המתיבתא דערציילן וועט מען די קומענדע וואכן אריינלייגן א סעריע פון נייע נוסח התפילות אין בלאט וואס די צדיקי הקהלה וועלן זאגן.
כבוד די קומענדע ימי הסליחות וערב ראש השנה ובפרט אויף יום הקדוש וועט געדריקט ווערן נייע נייע נוסח הווידוי אין די מחזורים.
אנא תבא לפניך תפילתינו..... צדיקים אנחנו ולא חטאנו. לא אשמנו, לא בגדנו, לא גזלנו, ולא דברנו דופי.