בית פורומים אחים אנחנו

האקאבו: דער איד געפעלשט. ליגנער!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/8/2009 03:12 לינק ישיר 
האקאבו: דער איד געפעלשט. ליגנער!

אין בעקערי פארום "דעקט אויף" האקאבו, אז דער איד האט געפעלשט א חתם סופר.
איך האב מיך נישט געפוילט און געגאנגען עס נאכזוכן. זאל יעדער זען וואספארא בעקערייען עס טוט זיך אינעם בעקערי פארום.

דער איד ברענגט נאך דעם שו"ת חתם סוםר, ווארט ביי ווארט.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2009 03:16 לינק ישיר 

דאס האט bigsatmar געשריבען אין "בעקעריי פורום"
 
שאלה קטנה
ווען ר' עוזיאל פערלשטיין וואלט נישט געווען בן ר' שאול..........
און ער וואלט געהאט אלע אנדערע עבירות וואס קול סאטמאר רעכענט אויס.....
ווי אזוי וואלט באהאנדעלט געווארען זיין קבורה?????
 
איך ערווארט נישט קיין ענטפער, ווייל יעדער ווייסט דעם ענטפער....
די קליינע שאלה איז מפריך די צענדליגע בלעטער אין "דער בלאט" און אויף הייד פארק.....
 
סוף פסוק איז, מען האט גענומען א בר מינן און א אינגע אלמנה מיט קליינע יתומים און זיי שאנטאזשירט ווייל זייער זיידע דער טאטע פון זייער פריצייטיג אוועקגעריסענער פאטער איז א "שונא".....
ר' עוזיאל איז געווען 41 יאר אלט, ער האט נישט געהאט קיין שום אחריות פאר זיין טאטענס מצוות און עבירות..
מען קען ענטפערען טויזענט תירוצים פארוואס עס איז זיך נישט געקומען פאר ר' עוזיאל קיין חלקה, דער פאקט איז אבער אז די אלע תירוצים זענען קאמופלאזש, מי שיש לו מח איז מודה אז ווען זיין טאטע וואלט נישט געווען ר' שאול וואלט מען פארלאנגט קבורה געלט און נישט קיין טינט און עס וואלט געווען מסודר אין ווייניגער פון א האלבע שעה.
נאר היות די ארונים האבען זיך דערזען מיט א מעגליכקייט צו "פיקסען" ר' שאול האט מען גענומען דעם נפטר און ארויפגעלייגט אויפען שאך ברעטעל אן קיין שום יושרדיגע טענה און זיך בכלל נישט גערעכענט מיט די טראגעדיע וואס האט באטראפען די אומשולדיגע אלמנה און יתומים....
תו לא מידי,
אלע טינט פלעשער וואס משכיל ווידער האט אויסגעגאסען........
אלע זיסע ווערטליך וואס דער טאשען שניידער לאזט פאלען........
אלע פ.ר. אקציעס וואס דער יועץ פרטי האט אונטערגענומען....
וועלען קיינמאל נישט פארענטפערען די קליינע קשיא......
און דער פלעק וועט פון ר' אהרן און זיין קהלה קיינמאל נישט אראפגיין................
זיי האבען נאכאמאל קלאר געשטעלט פאר די וועלט ווער זיי זענען, און מיר וועלען דאס קיינמאל נישט פארגעסען...
 
און דאס איז שוין ווען ר' משה גבאי איז שוין נישט זייער פירער נאר הגה"ק אליינס פירט אלעס כאוות נפשו הקדושה.....
היהפך כושי עורו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2009 03:30 לינק ישיר 

דער חת"ס רעדט פון צוויי זאכן:

תושבי העיר חברי הקהילה

נישט חברי הקהילה

די צווייטע זאגט ער קלאר אז מ'מעג בעטן וויפיל מ'וויל.

די שטרענגע אויספיר פון דער איד אז מ'טאר נישט רייסן געלט און דערפאר ברויך מען עפענען א נייע ביה"ח גייט קלאר צוריק ארויף אויף חברי הקהילה.

דו"ק ותשכ"ח

העט ווען געווען א אשכול לענינני הלכה....





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2009 03:44 לינק ישיר 

ביג סאטמארס תגובה איז אמת'דיג און נישט אפווענדבאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2009 05:27 לינק ישיר 

וואס האט big satmars תגובה א שייכות מיטן חת"ס?

א חוץ אויב דו מיינסט צו זאגן אז באלאנד "איז" אפגעפרעגט בבחי' מכלל לאו אתה שומע הן....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > האקאבו: דער איד געפעלשט. ליגנער!
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext