בית פורומים אחים אנחנו

מאחורי הפרגוד: ערנסטע קאנפליקטן צווישן בן פראדל און דר. פערלשטיין!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/8/2009 08:57 לינק ישיר 
מאחורי הפרגוד: ערנסטע קאנפליקטן צווישן בן פראדל און דר. פערלשטיין!

פון הינטער די קוליסן הערט מען אין די לעצטע טעג אז עס קומען פאר ערנטע קאנפליקטן און רייבערייען צווישן משה דער גבאי'ן און שאול פערלשטיין איבער דער נערישע שריט פון מקדש זיין פאלאק'ס לאט.
משה איז גא שטארק אויפגעברויזט שוין פונעם ערשטע מינוט זאגענדיג אז עס איז געווען א איבערגעאיילטע באשלוס און מען האט איז דערמיט באגאנגען דער גרעסטער טעות אין די לעצטע צען יאר...
שאול האט אבע פרובירט צו ערקלערן פאר משה אז ער האט זיך געטראפן און א שטארקע פארלעגענהייט און ער האט נישט ארמאגט קיין אנדערע אויסוועג, האט אים משה געפרעגט פארוואס ער האט זיך נישט געקענט באנוצן מיט די בני יואל ביה"ח זאגענדיג אז די רבנים און דיינים וועלכע האבן זיך באטייליגט ביים מקדש זיין זענען במילא געווען די רבנים וואס פארטרעטן די בני יואל און רוב טייל פון די דארטיגע באטייליגטע זענען געוען מענטשן וועלכע זענען אויפגעצויגען געווארן אין די בני יואל חדרים דעריבער וואס איז דער חילוק?
שואל האט בלויז אויסגעטושט בליקן...
איינע פון די אנווזענדע וועלכע ארבעט טאקע האנט ביי האנט מיט משה און זעהט אויס נישט אזוי גוט אינפארמירט מיט די געריכטליכע אנטוויקלונגען און לעגאלע אקטיוויטעטן האט געעפנט צוויי אויגען און מיטגעטיילט מיט די צוויי זיין פארדאכט זאגענדיג אז ער פאנגט אן מורא האבן אז די גאנצע שריט פון מקדש זיין פאלאק'ס לאט איז בלויז געטוהן געווארן וואוסענדיג אז די אויסזיכטן אין געריכט איז אוסגעלאפן, און מען האט זיך טאקע געפינען אין א פארלעגענהיט אבער צוליב א צווייטע אורזאך...
זיי האבן ווידער אויסגעטוישט בליקן און א שטיל-שווייגעניש האט געהערשט.
וואו מאנכע זאגען איצט וועט דער שטיל-שווייגעניש געבראכן ווערן גאר אין נאנטן מיט עטליכע געריכטליכע סופרייזעס.
ימים ידברו.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2009 17:08 לינק ישיר 

אדון גענוי, דאס וואס דו שרייבסט איז נאר נאר "מאחורי" הפרגוד. אבער וואס איז באמת פארגעקומען "מלפני" הפרגוד, איז פיל ארגער און שרעקעדיגער.
בן פראדל באט זיך גענומען בריקען מיט די פיס און דר' פערלשטיין איז געווארן איין שטיק שטויב. די שפיצקע האט פיזיש געוואלט זיך נעמען שלאגן, האט זיך דער שפיטיווקער אריינגעמישט און אראפגעווארפן די שפיצקע אויך די ערד. האט דער בלעקבערי רבי אראפגענומען זיינע אויגן  פן די בלעקבערי און דאס געלייגט אויפן שפיטיווקער.
פיפי קרויס אינאיינעם מיט קאמפאט האט זיך גענומען שרייען פאר משה אז ער איז אלעס שולדיג, און דא האלט מען איצט. איך וועל שפעטער ווייטער באריכטען די ווייטערדיגע נייעסער.
האלט אייך אלעגעשפאנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2009 17:13 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט פארוואס האט משה נישט נאכגעטיען דעם סבלן פין יאר 100



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > מאחורי הפרגוד: ערנסטע קאנפליקטן צווישן בן פראדל און דר. פערלשטיין!
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext