קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אזהרה פאר 30 תושבי קרית יואל
ס'איז איצט אנגעקומען א באריכט וואס איך האב נאכנישט באשטעטיגט אז קהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל האט ארויסגעשיקט אן אהזרה בריוו צו די דרייסיג יונגעלייטלעך וועלכע זענען אויפגענומען געווארן צו זיצן אויף די ויואל משה פאפירן מיט פארשדענע טיטלו'ן אינטערן נאמען קהל יטב לב אז אויב ביז דרייסיג טעג וועלן זיי נישט צוריקציען פון זייער סענסעטיווע שריט פון טשעפענען מיט די ארגינעלע קהילה וועלכע איז נתייסד געוארן דורכ'ן בעל דברי יואל דאן וועלן זיי פארלירן אלע זייערע רעכטן אין די קהילה.
און וואו איך הער איז עס פאזעטיוו באגריסט געווארן דורך די יונגעלייטלעך וועלכע זאגען אז עדליך אז געקומען דער מינוט וואס מען וועט זיך קענן אפשאקלן פון די ארוינישע רעזשים, און האבן די פולקאמע בעלות אויפן בארן-פעלד...
אויב איינער האט מער אינפארמאציע זאל ער זיך נישט צוריקהאלטן פון פובלוצירן, אבר ביטע א פערזענליכע בקשה נישט איצט אנפנגען מיט קללות און נאך פארשידענע קינדערישע וויצן נוסח פארמעגליך... נאר אראפברענגען בלויז "גענוי" פאקטן וואס עס שטייט געשריבן אינעם בריוו.
מיט דאנק!
נשלח ב-1/9/2009 04:58
ווי עס קומט דא אריין פארמעגליך ווייס איך נישט (באמת ווייס איך יא....).
אבער וואס עס שטייט אין דעם בריוו איז נישט קיין שום חילוק, צו עס איז געשריבן קינדעריש אדער שיינערהייט און אפילו בכבוד'יג,
אויב וועט און און הונדערט פופציג יאר ארום איינער פון די חברה וועלן ליגן אין דעם ביה"ח וואס מען האט געקויפט פאר דרייסיג יאר צוריק פאר גאנץ קהל, און מען וועט אים צוריקהאלטן מכח דעם בכבוד'יגן בריוו פון הונדערט פופציג יאר צוריק, איז עס די זעלבע גניבה וגזילה רשעות און רציחה, ווי אהן דעם בכבוד'יגן בריוו, עס איז בכלל נישט מעלה ומוריד צו מען האט פארדעם בכבוד'יג געמאלדן אז מען גייט זיין אן אכזר, צו מען איז א רוצח אן א פריערדיגן מעלדונג אזוי ווי פארגאנגענע וואך
נשלח ב-1/9/2009 07:30
דאס שיקן דעם בריוו איז א פארזיך צו אויטאמאטיש פארענטפערן די געפערליכע רשעות וואס די אהרונים האבן אפגעטאן מיט דעם נפטר הרה"ח ר' עוזיאל ע"ה.
וואס איז כידוע געווען א חבר הקהלה פון קהל יטב לב דסאטמאר קרית יואל.
וואס מיט דעם ווייזן זיי אז זיי וואלטן אים אויסגעשלאסן פון קהל יטב לב (מהר"א)
כאטש זיי האבן דאס קיינמאל נישט געטאן בחייו.
באמת איז א געלעכטער וואס זיי שרייבן אז זיי גייען אויסשליסן פון מעמבערשיפ.
ווייל מה לי אויסגעשלאסן און מה לי נישט אויסגעשלאסן,
ר' עוזיאל עליו השלום איז נישט געווען אויסגעשלאסן
און דאך האט מען אים נישט געלאזט באגראבן.
נשלח ב-1/9/2009 07:42
פאר אינטרעסאנטקייט
דער לאנגיעריגער משמש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע
הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א
עהרן פרעזידענט פון קהל יטב לב דסאטמאר קרית יואל
ווערט שוין צום דריטן אדער פערטן מאל "אויסגעשלאסן" פון די יונגאטשעס
נשלח ב-1/9/2009 12:25
א צווייטער: ווי עס קומט דא אריין פארמעגליך ווייס איך נישט (באמת ווייס איך יא....).
אבער וואס עס שטייט אין דעם בריוו איז נישט קיין שום חילוק, צו עס איז געשריבן קינדעריש אדער שיינערהייט און אפילו בכבוד'יג,
אויב וועט און און הונדערט פופציג יאר ארום איינער פון די חברה וועלן ליגן אין דעם ביה"ח וואס מען האט געקויפט פאר דרייסיג יאר צוריק פאר גאנץ קהל, און מען וועט אים צוריקהאלטן מכח דעם בכבוד'יגן בריוו פון הונדערט פופציג יאר צוריק, איז עס די זעלבע גניבה וגזילה רשעות און רציחה, ווי אהן דעם בכבוד'יגן בריוו, עס איז בכלל נישט מעלה ומוריד צו מען האט פארדעם בכבוד'יג געמאלדן אז מען גייט זיין אן אכזר, צו מען איז א רוצח אן א פריערדיגן מעלדונג אזוי ווי פארגאנגענע וואך
גענוי:
אויב וועט און און הונדערט פופציג יאר ארום איינער פון די חברה וועלן אריינגיין אין ראדני-ביהמ"ד אדער אינעם ביהמ"ד החדש וואס מען האט געקויפט אז די אמת'ע חסידים זאלן קענען דאווענען צום רבש"ע אין קענען זיך מסתוסף זיין בצל הקודש, און מען וועט אים צוריקהאלטן מכח די איינגעגעסענע שנאה צום ברך משה און זיין מלא מקום מהר"א מסאטמאר, איז עס די זעלבע גניבה וגזילה רשעות און רציחה, עס איז בכלל נישט מעלה ומוריד צו מען האט פארדעם בכבוד'יג געמאלדן אז ער ווערט אויסגעשלאסן און ער קען נישט האבן צוריקבאקומען זיין געלט וואס ער האט אינוועסטירט אין זיינע זיצן, מען וועט בלייבן א רוצח אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן.
פוסק הדור: דאס שיקן דעם בריוו איז א פארזיך צו אויטאמאטיש פארענטפערן די געפערליכע רשעות וואס די אהרונים האבן אפגעטאן מיט דעם נפטר הרה"ח ר' עוזיאל ע"ה.
וואס איז כידוע געווען א חבר הקהלה פון קהל יטב לב דסאטמאר קרית יואל.
וואס מיט דעם ווייזן זיי אז זיי וואלטן אים אויסגעשלאסן פון קהל יטב לב (מהר"א)
כאטש זיי האבן דאס קיינמאל נישט געטאן בחייו.
באמת איז א געלעכטער וואס זיי שרייבן אז זיי גייען אויסשליסן פון מעמבערשיפ.
ווייל מה לי אויסגעשלאסן און מה לי נישט אויסגעשלאסן,
ר' עוזיאל עליו השלום איז נישט געווען אויסגעשלאסן
און דאך האט מען אים נישט געלאזט באגראבן.
גענוי:
דער בריוו איז נישט געשיקט געווארן צו אויטאמאטיש פארענטפערן די יושר'דיגע שריט וואס קהל האט געטוהן ווען ער איז כידוע שוין נישט געווען קיין חבר הקהילה ווען ער האט שוין נישט געצאלט די לעצטע צוויי יאר, און וויבאלד ער האט זיך געפינען אויפן ארט וואו מען האט אפעציעל זיך ארויסגעשטעלט קעגען דער צענטראלער קהילה מיטן טוישן פון ויואל משה צו קהל יטב לב האט מען געוויזן מיט דעם אז מען האט אנערקענט אין די קעגנערישע קהילה וואס דערמיט פארלירט מען די זכותים אין קרית יואל'ע ביה"ח, און פארבלייבט אבער מיט די זכותים אין ניו דזשערסי. (איידל געשריבן, פאלעסי נישט צו רעדן אויף נפטרים.)
באמת איז א געלעכטער צו זעהן וויאזוי מען שרייבט מה לי אויסגעשלאסן און מה לי נישט אויסגעשלאסן, ווען איינמאל מען טוט אויסשליסן איינעם פון די קהילה ווערט א רעש און א טומל, און מען פאנגט אן מיט די טענות ער איז יא געווען א חבר הקהילה אין די צייט ער האט געשטיצט דער הירוס-קהילה, דעריבער קומט ביטע נישט זאגען מה לי אויסגעשלאסן און מה לי נישט אויסגעשלאסן, דער מציאות האט געוויזן אז עס פאראורזאכט שטארקע איבערקערנישן און באגלייטונג פון לגיונות שקרים וכזבים מיט שמייכל'דיגע אויסדרוקן וואו גזלנים חמסנים...
דעריבער ווערט געשיקט דער בריוו'עלע אלס א סיגנאל און א רוף פאר די אלע וועלכע האבן גענומען אן טייל אין די הירוס-קהילה אז זיי ווערן אויסגעשלאסן ביז דרייסיג טאג אויב קיין צוריקצו, ר' עזיאל ע"ה איז געווען אויסגעשלאסן דעריבער ערלויבן נישט די שטאטוטן אים צו באעערדיגען אינעם ביה"ח אין קרית יואל.
פוסק הדור: פאר אינטרעסאנטקייט
דער לאנגיעריגער משמש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע
הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א
עהרן פרעזידענט פון קהל יטב לב דסאטמאר קרית יואל
ווערט שוין צום דריטן אדער פערטן מאל "אויסגעשלאסן" פון די יונגאטשעס
גענוי:
פאר אינטערסאנטקייט דער לאנג-יאריגער משמש הרה"ק בעל דברי יואל זי"ע הרה"ח ר' עזריאל גליק הי"ו געוועזענע ערן פרעזידענט פון קהל יטב לב ד'סאטמאר און קרית יואל האט זיך שוין צום דריטן אדער צום פערטן מאל "אויסגעשלאסן" פון די קהילה נאך די אומדערהערטע שריט וואס ער האט אפגעטוהן פאר די סאטמאר'ע קהילה אין בני ברק.
נשלח ב-1/9/2009 16:08
לאכט נישט ......
די גרעסטע ארונישע סטראשע איזאיז דער לעטצטער אין ענטגילטיגער קויל..... נישט מער אין אין נישט ווייניגער אז ......
יעצט פארשטייט מען שוין די ראש השנה סבלנות אז ער האט ממש געמוזט מחלל יו"ט זיין אין האבן אינטערווינעס ( ווי איידער קידוש צו מאכן) ווייל דאס סבלמות האט אים ניטאמאל א ברכה געלאזט מאכען
ביז א וואך צוריק האבן זיי נאך געהאט "איין און איינציגסטן" סטראשע, אז אויב איינער גייט נישט מיט זייערע שגעונות און טאנצט נישט זייער טאנץ דאן וועט מען אים נישט לייגן אין בית החיים לאחר מוע"ש, א וואך צוריק האט זיך ארויסגעוויזן אז אפילו מ'איז ביי זיי א אויסגעצאלטע מעמבער און מ'איז נישט "אויסגעשלאסן" פון זייער קהל, זענען זיי אויך מבזה דעם נפטר ווי די ציגיינער און נעאלאגן, כל זמן עס איז דא ביי זיי אינטערעסן אדער חשבונות מיט א טאטן א שווער אדער עלטער זיידן.
נאך מער האבן זיי געכאפט א רוק אין "זיבעטן ריפ" (כלשונו הזהב פון בעל עפרא לפומיה) ווען די צענטראלע קהל יטב לב האט מקדש געווען א ריזיגן בית החיים וואס נעמט ארום דעם אלטן בית החיים פון צוויי זייטן ממש נעבן ציון הקדוש פון רבינו הקדוש זי"ע, און אצינד דארף שוין קיינער נישט צוקומען צו טובתן של רשעים, מ'דארף זיי שוין נישט געבן קיין צען, פופציג צו הונדערט טויזנט דאלאר גניבה געלט צו קענען ליגן אין בית החיים דקרית יואל מקום מנוחתו פון רביה"ק זי"ע, א מעמבער קען "בחינם" ליגן גאר נאנט צו רביה"ק אן דעם וואס מ'זאל פון די משפחה אויסצאפן דריי גאלאנען בלוט און אויסעסן זייער גאל, מ'קען רואיג זיין "אויסגעשלאסן" פון די רשעי ישראל, און זיין "איינגעשלאסן" אין די הייליגע קהילה קהל יטב לב און באקומען א בכבודיגע חלקה אין בית החיים דקרית יואל, זיי קענען עס - אין זייער פארלוירנקייט - רופן פארעם, בארן פעלד, פאללאקס לאט און גרינצווייגס לאט, זייערע בחורים ליידיגגייערס קענען זינגען הקפה ניגונים ביי די לויות, אבער דער נייער בית החיים איז א געשעענער פאקט, און דאס האט זיי אוועקגענומען פון די פוסעים על ראשי עם קודש דעם לעצטן וואפן און דעם לעצטן סטראשע מיטל.
סאיז נישט אמת דעס אז קהל יטב לב אין קרית יואל האט געשיקט דע נארישע בריוו פאר דע גנבים אין פאר דע ארונישע קהילה וואס וויל פארדריי'ן א קאפ אז זיי זענען קהל יטב לב מיר גייען אינזער וועג אין קרית יואל אין וומ"ס מיר האבן גארנישט מיט זיי ב"ה
נשלח ב-1/9/2009 18:58
איינער קען ארויף לייגען דע בריוו וואס דע פאלטשע קהל יטב לב האט געשיקט פאר אינזערע פארשטאנד פין די קהילה