בית פורומים אחים אנחנו

ברעיקינג: כאאס אין ווייסן שוהל דעם שבת

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/9/2009 22:49 לינק ישיר 
ברעיקינג: כאאס אין ווייסן שוהל דעם שבת

אין ווייסן שוהל האט דעם שבת געהערשט כאאס. דער הויפט קרבן איז געווען דוד עקשטיין וואס איז דער פרעזידענט פון די אהרונישע חברא קדישא. יונגעלייט האבן געשריגן אז גענוג מיט זיין מהלך פון טעראר וואס א דאנק דעם האט קהל יטב לב ד'סאטמאר קרית יואל מקדש געווען א בית החיים, און זייט דעמאלסט מאכן זיי כסדר פארשריט.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2009 23:00 לינק ישיר 

אנגעהויבן האט זיך עס מיטן נישט לאזן מקבר זיין ר' עוזיאל פערלשטיין ע"ה, וואס האט גורם געווען צום עפענען דעם נייעם בית החיים, און דערנאך מיטן "אויפזאגן" מעמבערס און ארויסגעבן א באפעל מיט א ליסטע פון משפחות פאר ר' וואלף גליק נ"י דער אדמיניסטרעיטער פון די אהרונישע מוסדות אז זייערע קינד קען נישט באקומען די רעגיסטרעישן קארדס אן רשות פון די הנהלת הקהילה, וואס האט גורם געווען אז מוסדות סאטמאר ק"י זאל עפענען די איבריגע קלאסן פון היי-סקול וואס האט זיך נאך אויסגעפעלט.

דערצו גייט מוסדות סאטמאר ק"י עפענען אין די נאנטע וואכן אן אייגענעם בוטשער סטאר אין הארץ פון קרית יואל, וואס וועט אויך האבן אן אייגענען טעיק-אוט. 

עס האלט ביי דעם אז די באנייטע סאטמארער קהילה און מוסדות אין ק"י זענען שוין כמעט פולקאם מסודר מיט אלע צרכי הקהילה והמוסדות, און די אהרונישע רשעי הקהילה והמוסדות קענען שוין נישט באלבאטעווען אויף קיינעם.

דאס האט שטארק צעקלאפט די אהרונים וועמען מען האט איינגערעדט אז די רשעי קהילה זענען באלעבאטים אויף אלעס, און די סאטמארער חסידים וועלן מוזן זיך בייגן צו זיי.

עס איז געווען א גרויסע איבערקערעניש ווען די יונגעלייט האבן באפאלן עקשטיין וועלכער האט נישט געקענט זיך ספראווען דערמיט און געווארט אז לישע בעל מכנסיים זאל זיך אננעמען פאר אים. אבער לישע האט געזען אז זיינע פשעטלעך וועלן דא נישט אויסמאכן, האט ער געלאזט עקשטיין אויפן וואסער.

אין דער זעלבער צייט איז ר' מאיר הירש געזעסן אויף זיין פלאץ און הנאה געהאט פונעם ספעקטאקל, און ווי עקשטיין כאפט אריין פון אלע זייטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 03:56 לינק ישיר 

כאאס איז נישט דאס ווארט!

מיין רעספאנד אין קורצן:
א "פארמעגליך" מעשה...

(לידיעה: איך בין דעם שבת געווען אין קרית יואל).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > ברעיקינג: כאאס אין ווייסן שוהל דעם שבת
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext