| נשלח ב-7/9/2009 00:17 |
|
| |
מעכטיגע ריארגענאזירונג אין מתיבתא קרית יואל
קומענדיג צו די החלטה אז "קיינער" האט נאכנישט באוויזן צו פירן א "גרויסע ישיבה" אויף א וועג אז אלעס ארום זאל קלאפן הונדערט פראצענטיג, קומט די גוטע נייעס פון קרית יואל אז אויף קומענדיגע זמן גייט זיין א 'מעיזשער טשעינדש' אין די ישיבה.
יעדע עידש וועט האבן א אייגענע מנהל, און אויך א עקסטערע ביהמ"ד.
מער פרטים ווער עס ווייסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 00:26 |
|
| |
איך האב שוין געהערט דערוועגן אפאר וואכן צוריק. א ארויני זאגט מיר אז מ'גייט איינטיילן די ישיבה אין 6 עקסטערע ישיבות און יעדע ישיבה גייט האבן "בערך" 200 בחורים...
מענדעלע אפילו אין חלום וועט דאס נישט פאסירן ווייל אויב איינטיילן אין 6 מיינט דאס ווייניגער ווי 100 אין יעדע איינס
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 00:30 |
|
| |
| עטגאסט כתב: |  | | מענדעלע אפילו אין חלום וועט דאס נישט פאסירן ווייל אויב איינטיילן אין 6 מיינט דאס ווייניגער ווי 100 אין יעדע איינס |
|
שוין נישט פון היינט - רעדסטו פאר דו ווייסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 00:34 |
|
| |
מענדעלע מיין רעדן וועט דיר נאך נישט העלפן מיט דיין ישיבה, האסט שוין עטליכע מאל פראבירט און ס'איז דיר נישט געגאנגען, איך האלט אז אין אמסטערדאם וועסטו האבן די מערסטע הצלחה.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 00:37 |
|
| |
אופס.... א זאלי-תשובה געווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 00:41 |
|
| |
מענדעלע, ס'וועט דיר סיי ווי נישט העלפען, אפשר ווען די וואלסט ארויסגעווארפען אפאר בחורים פאר טאנצן הקפות בשעת אידישע קינדער וויינען ביי א לווי' ... אפשר וואלסטו ערגעץ אנגעקומען אבער כל זמן די ענטפערסט אפ - פונקט ווי דיין טאטע - יעדעם ווער ס'זאגט דיר אנדערש ווי די וואלסט געוואלט הערן וועסטו נישט מצליח זיין.
הער וואס מ'רעדט צו דיר און טו צו די זאך, שרייען זאלי זאלי וועט דיר גארנישט העלפן.
דרך אגב איך הער אז ענק האבן באצאלט פאר פישמאן ווי טאטאלעך, וועלכער אומוויסענדער אומשולדיגער אינגערמאן האט יעצט ארויסגענומען א האוים עקוועטי דאס צו באצאלן? איך וויל פשוט וויסן ווער דער נעקסטער אנגעזעצטער גייט זיין...
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 00:41 |
|
| |
עטליכע וואכען צוריק האב איך געהערט אז מרעדט פון צוטיילען אויף דריי
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 00:48 |
|
| |
מנהל, איך מיין אז כ''ק גאב''ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט''א האט מער ווי 10 מענטשן, סא מען דארף חוסם זיין עט גאסט, (מילא ליגענט, און רעדן אויף רבנים, ת''ח, איז איינע פון די תקנות אויף דיין פארום אז מען מוז אבער שרייבן אן א ר' איז דאך אויך א תקנה, מאי חזא דדמא דליגענט ובזיון ת''ח סומק טפי דלמא דמא דר' סומק טפי?......)
תוקן על ידי זאלי200 ב- 07/09/2009 0:47:18
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 00:49 |
|
| |
עט גאסט, ס'איז סתם אזוי אויך שווער זיך צו געפינען אין דיין אנוועזנהייט און זיין אויסגעשטעלט צו מינוט'ליכע קינדישע אטאקעס, אבער אויף דעם בין איך דאך איינגעגאנגען... , איין טובה אבער, דיין שפראך צו מיר אלס א פערזאן וואס פארטרעט איינעם מיט א ענליכע נאמען צום "ניק-נאמען" איז מיר אביסל נערווירנד, (איך האב נישט געוויסט וואס אלס איך דארף אינאכט נעמען בעפארן עפענען א ניק דא). דעריבער טוה מיר א גענאדע און הער אויף דערמיט. יישר כח.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 00:52 |
|
| |
וויאיך הער גייט למשל היכל התורה-באר התורה מאנרא -ב"פ יעדער האבן האבן א עקסטער אפטיילונג כדי נישט צו מישען די פרומע רוצחים מיט די פויערישע רוצחים
פאר מיר סאטמארע חסידים איז א ווייטאג צו קוקען אזא פארדארבענער חינוך ווי מען איז מחנך בחורים מיט א שנאה אין רציחה צו טאנצט הקפה ניגונים ביי לויות
זיי גייען אלע וויפיל אפטיילומגען ער זאל נאר נישט מאכען טאנצען די זיבעטע הקפה ווייל צו רשעות אין רציחה זענען אלע ארונים פאראיינגיט צו טוען רצון קדשו פין דעם שוטה רשע וגס רוח אז אלע בחורים דארפען זיין קאנאנען פלייש על מזבח הפארטיי
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 00:53 |
|
| |
| זאלי200 כתב: |  | | מנהל, איך מיין אז כ''ק גאב''ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט''א האט מער ווי 10 מענטשן, סא מען דארף חוסם זיין עט גאסט, |
|
און דיר פארן שפילן פארטיי...
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 01:00 |
|
| |
| זאלי200 כתב: |  | מנהל, איך מיין אז כ''ק גאב''ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט''א האט מער ווי 10 מענטשן, סא מען דארף חוסם זיין עט גאסט, (מילא ליגענט, און רעדן אויף רבנים, ת''ח, איז איינע פון די תקנות אויף דיין פארום אז מען מוז אבער שרייבן אן א ר' איז דאך אויך א תקנה, מאי חזא דדמא דליגענט ובזיון ת''ח סומק טפי דלמא דמא דר' סומק טפי?......)
תוקן על ידי זאלי200 ב- 07/09/2009 0:47:18
|
|
איך האב באטיטלט מענדעלע אלס מענדעלע איך האב בכלל נישט גערעדט פון דעם שמוציאן וועם די רופסט כ"ק.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 02:06 |
|
| |
א פאזאטיווער שריט דארף באגריסט ווערן, ער האט ענדליך איינגעזעהן אז זיין קאלעדש איז דורגעפוילט און מען דארף רעארגאנאזירן, כלל ישראל האפט אז די קנאת סופרים וועט ברענגען א נאראמאלער חינוך,
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 03:20 |
|
| |
לאמיר האפן אז דאס הפקרות וועט אויפהערן. און איך שלאג פאר מען זאל לערנען אין אלע זעקס ישיבות הלכות כבוד הנפטר, והלכות כבוד בית החיים, וואס איז דארט נוגע למעשה.
און אפשר קען מען פועל'ן ביי די שרייבערס פון משולחן מלכים זיי זאלן אנהייבן לערנען די הלכות (על מנת שיבולע המות לנצח) מיט ר' אהרן, ווייל אין הלכות שחיטה ומליחה וצומת הגידין קענען שוין אלע ליינערס פון ברוך און בערל און די הלכות כבוד הנפטרים איז וויכטיגער נוגע למעשה.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 04:00 |
|
| |
פוסק,
לויט ווי די "דעבאטע" האלט אצינד, זענען דיינע ווערטער זייער אומפאסנד...
עה, שרייב ווייטער. מיר ענדשויען עס.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 06:47 |
|
| |
דא האט איר די בלו פרינט פון די פלענער:
תוקן על ידי זאלי200 ב- 07/09/2009 6:44:07
|
|
|
|
|