בית פורומים אחים אנחנו

די מוסרים גרופ: ווידער-ווערצבערגער-שלעזינגער-גלאנץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/9/2009 19:14 לינק ישיר 
די מוסרים גרופ: ווידער-ווערצבערגער-שלעזינגער-גלאנץ

 

א גוטן טאג, און מ'זאל האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס,

 

קוים א יאר פאריבער זינט די כת המתועב מלשינים ומהרסים האבן אנגעפירט א שמוציגן קאמפיין אראפצוברענגן דעם געטרייען עסקן הרה"ח ר' משה דוד ניעדערמאן הי"ו, בלויז ווייל ער טוט שוין דורות עסקנות וחסדים פאר דעם גאנצען ציבור פון אלע קהלות הקדושות וואס פירען  זיך בהנהגת התורה אונטער זייערע ערלעכע רבנים ומנהיגים.

און דער כת המתועב מלשינים ומהרסים האבען ארויס גערופען א מלחמה אקעגען כל קודש ובתוכם אקעגען אלע עסקנים מדור דור,

קעגען פאראייניגטע יודישע ארגנע – CJO

קעגען אתרא קדישא    -  אדמת קודש

קעגען העסקן הנאמן מ ד נידערמאן – די טמאים לנפש ווערצברגר גלאנץ שלזנגער

קעגען התאחדות הרבנים און עדה החרדית – משמרת חומות הקודש

 

 אלעס ווייל זייערער אני אמלוך דער עוכר ישראל וואס ביי עהם איז דער קאשויער רב זצ"ל געווען א שוטה משוטה עפרא לפומה, ווייל ער האט איינגעפירט א השגחה אויף ניקור אויף אלע אנדערע בוטשערס אזוי ווי די סאטמאר און פאפא בוטשער האט אייביג געהאט, און יעצט האט זיין שחיטה מהודרת אונטער די השגחה פון סאטמאר ק.י. וואס דאס מיינט הרב משולם פאלאטשעק פון ברוקלין, איר פארשטייט וואס טוט זיך?  דער קרית יואל דיין האט שוין כמעט א יאהר אראפ גענומען זיין השגחה! מען טאר נישט רעדען, אבער איר פארשטייט נישט אליין??

א שטאב פון משגיחים זענען געקומען זיכער מאכען אז אלעס איז מסודר און זיי האבען ארויס געווארפען אין מיסט אכציג טויזענט טשיקענס, נישט אלץ הידור נאר ווייל עס איז געווען גלאט טריפה! רחמנא ליצלן, ווייסט איר ווי די אעציג  טויזענד טשיקענס פון די פריערדיגע חדשים זענען אנגעקומען? אין ווענעמס טאפ? נישט קיין שטיין זאלץ נאר טריפה ממש רחמנא ליצלן!   

 אלעס פאר די געטשקע אני אמלוך

 

היאומן כי יסופר...?

 

אז די טמאנע באנדע ווערצבערגער שלעזינגער גלאנץ זאלען זיך צושטעלען צו די גרעסטע שונאי ישראל צו באקעמפען פשוט און פראסט צו בויען דירות פאר יודען?  כדי צוציפיקסען מ ד נידערמאן?

זייער אייגענע מענטשען וואס האבען דארט דירות און וואוינען אין יענע געגענט זענען זייער גערעגט אויף דעם אומפארשעמטען פאררעט

 

פאראיאר, ווען זיי האבן פרובירט מיט זינלאזע, מיאוס'ע העצערייען קעגן ר' משה דוד פערזענליך, האט זיך זיי עס אויסגעלאזט מיט א וויסטן דורכפאל. זיי ארויסגעקומען אלס בטל חד בתרי, און זינט דאן איז ב"ה דער כח השתדלנות פאר וויליאמסבורג שטארק געוואקסן.

 

היי-יאר איז שמואל ווידער אויפגעקומען מיט א נייעם, גרוילהאפטיגן טאקטיק. ער איז פושט טלפיו און שרייט תועבה. די גרעסטע מתועבים, זענען פלוצים עמפפינדלעך צו די עניינים, וואס האבן נישט קיין שייכות אהער. סטיוו לעווין לויפט בכלל נישט אויף די אישו, און וועט נישט ארבעטן אויף אזעלכע געזעצן. די התאחדות הרבנים האט קלאר גערעדט וועגן באאמטע וואס זענען אקטיוויסטיש אויף די אישו, אזוי ווי ביי מעיאר קאטש וואס איז געלאפן אויף אזא פלאטפארמע. מר. לעווין מיידט אויס די אישו, וועגן וועלכע עס ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט אויף זיין וועב-סייט, אנדערש ווי רוב אנדערע קאנדידאטן וועלכע דרוקן יא אויס שטיצע פאר די סארט זאכן אויף זייער סייטס. נישט צו בארירן די אישו אין אזא ליבעראלע דיסטריקט, איז א דירעקטע זאך, און צייגט אז ער וועט אוועקשטיין פון די סארט זאכן.

 

עס איז דא זייער אסאך צו שרייבן וועגן דעם עניין, ווי אזוי די אלע יארן איז הר' ארי' לייב גלאנץ מיט חיים ווערצבערגער הידוע לשמצה זענען פערזענליך געווען פאניע בראט מיט כל מיני תועבה ומעשי תועבה און תועבה קאנדידאטן וועלכע האבן בפירוש יא טשאמפיאנירט די אישו כידוע, און אויך ר' אברהם יצחק אבראהאם איז געווען א הייסער שטיצער פון די קאנדידאטן, און זיי האבן געמאכט לחוכא וטלולא דעם איסור פון די התאחדות הרבנים, וועלכע האבן גערעדט על כגון דא.

 

אויך האט דער בלאט די וואך אינדארסירט אנדערע קאנדידאטן, פאר די סיטיווייד אמטען, וואס ביידע שרייבן קלאר ארויס זייער זכות אז זיי זענען זיך משתדל פאר די אישוס. ביי זיי איז אבער סתירות א רוטינע זאך, ווייל יעדער ווייסט ממילא אז אלעס איז ליצנות, און שמואל ווידער זוכט בלויז צו פארנארן פרעמדע תמימים, ווייל זייער עולם קימערט זיך גאנץ ווייניג מיט תועבות. איין וועגס האט דער בלאט זיך אויך אראפגעלאזט אויפן נידריגסן לעוועל, ברענגנדיג ווערטער וואס איז קיינמאל בעפאר נישט ערשינען אין קיין אידישע צייטונג.

 

מיר האבן געקלערט ארויסצוקומען מיט אן אויפקלערונג פאר די גאס, און צולייגן דעם שמואל ווידער און וואס עס ליגט אונטער זיינע תועבה לאזונגען, אבער כדי נישט אויסצוברייטערן די אישו, וואס השתיקה יפה להם, און וואס עס איז נישט גוט אז קינדער זאל הערן עפעס דערוועגן, האט מען זיך באגענוגענט בלויז מיט קורצע רמזים אין די עפנטליכע בראשור. אויך ווילן מיר זיך האלטן אויף א פיל העכערן ניווא ווי זיי, אזוי ווי מ'האט ביז היינט ב"ה באוויזן, און מען האט דאך געזען הצלחה. בייגעלייגט איז דעם בראשור וואס מ'האט ארויסגעגעבן.

 

אגב, דעם מיטוואך האט מארטי ניעדעלמאן אריינגעטראגן א מסירה קעגן די בראדוועי טרייענגל

 

דא איז די דעילי ניוס פון פאריגן דאנערשטאג וועגן דעם

http://www.nydailynews.com/ny_local/brooklyn/2009/09/10/2009-09-10_racial_and_religiuos_discrimination_alleged_in_triangle_homes_plan_lawsuit.html

 

ער טענה'ט אַז עס איז דיסקרימינאַציע,

ווייל די גרויסע דירות וועלן העלפן גרויסע חסיד'ישע משפחות,

און די מאקסימום הייך פון אכט שטאק, איז צו העלפן אידן וועלכע קענען נישט נוצן קיין עלעוועיטאר.

ליין דעם שטיקל:

The suit charged the city's Department of Housing Preservation and Development caters to Hasidic Jews by including too many three- and four-bedroom apartments in the 1,895-unit complex, which would "disproportionately accommodate the Hasidic community's large families."

"This process was dramatically racial," said Marty Needelman, a lawyer for the Broadway Triangle Community Coalition, which filed the suit in Manhattan Supreme Court. "It acquiesces to the needs of the Hasidic community."

The plan also caps building heights at eight stories - which opponents charged is a nod to Orthodox Jews who cannot take an elevator on the Sabbath. They further contended that Orthodox Jews' attraction to the shorter buildings would create fewer housing opportunities at Broadway Triangle for Williamsburg's Hispanic population and African-Americans from nearby Bedford-Stuyvesant.

 

איבערטייטשונג: די קלאַגע באַשולדיגט די סיטי'ס דעפּאַרטמענט אָוו האַוזינג פּרעזערוועישאָן און דעוועלאָפּמענט (HPD) שטעלט צו פאַר חסיד'ישע אידן, דורך אַריינשליסן צופיל דריי און פיר בעדרום דירות אין 1,985 דירות קאָמפּלעקס, וועלכע וואָלטן "אומפּראָפּאָרציאָנעל אַקאַמאָדירט די חסיד'ישע געמיינדעס גרויסע משפחות."

"די פּראָצעדור איז געווען דראַמאַטיש ראַסיסטיש," האָט געזאָגט מאַרטי ניעדעלמאַן, אַ לאָיער פאַר די בראָדוועי טרייענגל קאָמיוניטי קאָאָליציע, וועלכע האָט אַריינגעגעבן די קלאַגע אין מאַנהעטן סופּרים קאָורט. "עס גיט זיך אונטער צו די געברויכן פון די חסיד'ישע געמיינדע."

 

די ברוקלין פעיפער באריכטעט אויך אז ניעדעלמאן טענה'ט איצט אז אידן האבן פופציג פראצענט פון די פראדזשעקט דירות אין די געגנט

 

http://brooklynpaper.com/stories/32/36/32_36_gk_bway_triangle_suit.html

 

The suit is the culmination of years of hostility between the largely Hispanic community and the expanding Hasidic neighborhood nearby. Many of the court papers are peppered with references to how the ''Williamsburg Hasidic community'' has been ''the beneficiary of racial quotas'' and ''other forms of heavy illegal discrimination.''

The suit also contends that ''almost 50 percent'' of the 2,000 units of public housing in the area are occupied by Hasidic Jews, ''despite federal court orders requiring the end of discriminatory practices and despite the fact that the waiting list for such housing has remained at over 90 percent Latino and African American for more than 30 years.''

 

ווער זענען זיינע שותפים?

 

http://www.broadwaytriangle.com/broadwaytrianglepictures.html

טשעקט אויס די סייט, וואו מ'זעט שלעזינגער, חיים ווערצבערגער און אבראהאם אנטייל נעמען אין די מיטינגס פון די קאאליציע וועלכע ניעדעלמאן פארטרעט.

 

אויף אידיש זאגט ער אז ער האט גארנישט קעגן די טרייענגל, אבער ביי אלע דעבאטעס האט ער געזאגט אז ער איז דערקעגן, און ער ארבעט מיט ניעדעלמאן וועלכער שרייט אז מ'גיט צופיל חסידים, און עס איז דיסקרימינאציע.

                                                                                                                                                                                          

דירות וויל ער פאר די שפאנישע, אבער שטימען זוכט ער ביי אונז!

 

מיר מוזן ארויסקומען קעגן די שלעזינגער, ווערצבערגער אבראהם גרופ דינסטאג

 

סטיוו לעווין האט זיך אלץ ארויסגעשטעלט פאר די בראדוועי טרייענגל און האט געקעמפט דערפאר. מיר מוזן אים ארויסקומען ערוויילן, כדי ער זאל ווייטער ארבעטן פאר אונז, אנשטאט עס זאלן געווינען אנדערע קאנדידאטן, וואס אלע שטעלן זיך ארויס קעגן אונזערע האוזינג אינטערעסן.

 

און אויב חלילה מיר קומען ארויס שוואך, וועלן די מוסרים זיך הייבן די קעפ און קענען ל"ע אנמאכן צרות פאר קהלתינו הקדושה, וואס דאס איז זייער ציל.

 

קיינער טאר נישט פעלן. דינסטאג סליחות. סטיוו לעווין

 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 19:25 לינק ישיר 

איז דאס נישט א דאפעלטע אשכול?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > די מוסרים גרופ: ווידער-ווערצבערגער-שלעזינגער-גלאנץ
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext