בית פורומים אחים אנחנו

הימעל, ערד און תועבה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/9/2009 20:23 לינק ישיר 
הימעל, ערד און תועבה

הימעל, ערד און תועבה

מבטן מי יצאו הדברים?

דער משכיל שמואל ווידער מיט זיין שותף לדבר ע.... א. י. אבראהאם האבען זיך באזינען אז דער שליסעל צו פארטושען די מוחות דאס מאל וועט זיין דורך מטמא זיין אידישע מוחות.

נאכען זיך איבערצייגען פאריאר ביי די סקוואדראן – קאננער וואלען אז שמוץ אויף ערליכע עסקנים ברענגט דעם היימישען ציבור ארויסצוקומען אין די מאסען ארויסווייזען סאלידאריטעט פאר די ערליכע מנהיגי הקהלות הקדושות, זענען די משכילישע מוחות אויפגעקומען מיט א נייעם פלאן.

זיי וועלען קאמפיינען אויף די אישו פון חוקי תועבה און אזוי כאפען די תמימי לב וואס וועלען חושש זיין אז יש דברים בגו און זיך אפהאלטען פון שטימען אדער גאר שטימען פאר דעם משכיליש געשטיצטען קאנדידאט.  (מיר וועלען באלד צוריק קערען און מסביר זיין די אזוי גערופענע "חוקי תועיבה" אישו)

מען האט גענומען א אויסערגעווענליכע דעליקאטע נושא און נישט רעכענענדיג זיך מיט די קאנסעקווענצען פאר חינוך בנינו דאס אריינגענומען אין שפיל פאר א ביליגע פאליטישע טריק צו געווינען פאליטישע קאפיטאל וואס זיי קענען נישט געווינען אין א ארענטליכען קאמפיין.

וואס איז זייער ציל?

ווי באקאנט האבען די משכילים פון דער בלאט מיט זייער "סי.זשעי.סי." און "יו.זשעי.קעיר" ארגענעזאציע געכאפט א מעכטיגען קלאפ ביי די פארגאנגענע וואלען וואס טראץ דעם וואס זיי האבען זיך באנוצט מיט די שמוציגסטע מיטלען האבען זיי נישט באוויזען צו באקומען מער ווי א דריטעל פון די שטימען אין די היימישע וויליאמסבורג.

דאס האט געפירט צו א טאטאלען דורכפאל אין זייערע רייען אויף אזוי ווייט אז זייער "מעכטיגע" "גרעיטער ניו יארק" ארגעניזעישען האט געמוזט אפשטופען זייער "ריבאן קאטינג" (פתיחת שערים) צערעמאניע.

כדי צי באקומען פרישע דעקונג האט דער איל המשולש (שמואל ווידער), גרשי שלעזינגער,  זיך מתחבר געווען מיט דעם צודרייטען און ווילדען א. י. אבראהאם צו פירען אינאיינעם די מלחמה אנטקעגען די מנהיגי וראשי הקהלות.

דער פלאן לויט ווי פאלגענד, זייער ציבור קעלבלעך וועלען ארויסקומען אין די מאסען, איש לא נעדר און אזוי וועלען זיי אנציען א דריטעל פון די שטימען,

אבראהאם וועט קאמפיינען אלץ דער איינציגסטער היימישער קאנדידאט, און אזוי וועט ער צובאקומען שטימען פון תמימי לב וואס וועלען נישט כאפען דעם ציל,

מען וועט מאכען א קאמפיין פון "חוקי תועבה", וואס וועט אוועק שלעפען א חלק פון דעם פרומען ציבור וואס געווענליך שטימט לויט די הדרכה פון די אפיציעלע מנהיגי הקהלות.

אלעס אינאיינעם וועט אבראהאם אריבען שפרייזען (ח"ו היו לא תהי') דעם 50% שטריך און קענען פראקלאמירען אז די משכילים און מוסרים פארטרעטען רוב וויליאמסבורג.

זיי ווייסען אז ער וועט נישט געווינען דעם קאונסיל זיץ, אבער פאר זייער ציל איז גענוג צו ווייזען אז זיי האבען בערך 50% פונעם היימישען ציבור.

די היפאקריטיע פון זייער קאמפיין

די היפאקריטיע שרייט ביזען הימעל, אין די לעצטע 25 יאר האבען שוין די קהלות אינדארסירט קאנדידאטען יאר איין יאר אויס, די אלע קאנדידאטען זענען געווען פרא-חוקי תועיבה.  האט מען איינמאל געהערט א קול מלחמה במחנה?

מעיאר זשוליאני, א רעפובליקאנער, איז געווען פרא-חוקי תועיבה, האט מען אמאל געהערט א קול מלחמה במחנה אז מען זאל נישט שטימען פאר אים.

מארק גרין, דער מעיאר קאנדידאט וואס זיין אינדארסירונג ביי דעם איל המשולש צוזאמען מיט אילו של אהרן, (דער מאנראוער מעיאר ווידער) איז געווען דער הויכפונקט פון זייער פוטש אין סאטמאר, איז פון די אויסגעשפראכענסטע ליבעראלע קעמפער פאר "חוקי תועיבה" און דאך האבען זיי פארשטאנען אז זיין אינדארסירונג איז אזוי וויכטיג אזש אראפצושלעפען דעם הויכגעשעצטען מעיאר פון קרית יואל אים צו שטיצען.

והעולה על כולנה, היי יאר אויף זייער ליסט פון קאנדידאטען האבען זיי געשטיצט מעלינדע כ"ץ, ליידער מזרע ישראל, פאר קאמפטראלער, מעלינדע כ"ץ איז א אפיציעלע ........., די תועבה אליינס. 

דאס איז די ערשטע מאל וואס היימישע אידען שטיצען א קאנדידאט וואס שטעלט זיך אפיציעל ארויס ....... א שטיק תועבה.

און די זעלבע חברה קומען גאר לוחם זיין אנטקעגען חוקי תועיבה.

האט היפאקריסי טאקע נישט קיין שיעור?

האלטען זיי טאקע אז דער ציבור זענען אזוי מטומטם.

 

די סכנה פון זייער קאמפיין

די גאנצע סוגיא פון "חוקי תועיבה" איז ווי פארשטענדליך נישט קיין נושא צו ווערען אויסגעלופטערט אין די גאסען פאר קינד און קייט.

פאר זייער פאליטישע אינטערעסען האבען זיי דורך געלערענט די סוגיא ברשות הרבים, איבערגעטייטשט אויף אידיש און דאס פארשפרייט אין אידישע שטובער און מיט דעם געשטעלט אין סכנה טויזענטער אידישע מוחות.

זייער דאגה איז חוקי תועיבה אין ניו יארק סיטי?

קשוט עצמך, כרמי שלי לא נטרתי, אחזו לנו שועלים קטנים מחבלי כרמים....

אנשטאט אפהיטען ניו יארק סיטי פון חוקי תועיבה, היט קודם אפ אונזערע הייליגע שטובער פון טומאה וזוהמא.  אין פסוק שטייט ולא יראה בך ערות דבר, נישט ולא יראה בניו יארק סיטי ערות דבר.

שומו שמים ווי אזוי מען איז גרייט מפקיר צו זיין טייערע אינגע אידישע נשמות אויפען מזבח פון פאליטישען רווחים.

 

וואס קענען ח"ו זיין די קאנסקווענצען?

די קאנסעקווענצען פון דעם אויבענדערמאנטען רעזולטאט קענען האבען נאכפאלגען פאר לאנגע יארען.

לאמיר אנכאפען איין דוגמא, בראודוועי טרייענגעל:

סטיוו לעווין ווערט ארונטער געריסען אין די אלגעמיינע פרעסע פארען קעמפען פאר גרויסע דירות און נידעריגע בנינים וואס זענען פאסיג פאר אונזער היימישען ציבור.

עס איז נישט קיין פראגע אז ווען נישט די אישו פון בראודוועי טרייענגעל וואלט דאס מיטאמאל געווען א פארמעסט.  די איינציגע סיבה פארוואס ער קען פארלירען איז ווייל ער האט געקעמפט פאר די אינטערעסען פון אונזער ציבור. אויב זאלען די פאליטישענס זיך איבערצייגען אז ווען איינער קעמפט פאר אונזער ציבור איז ער קרח מכאן ומכאן, ער פארלירט אלגעמיינע שטיצע און ער פארדינט נישט דערמיט די היימישע שטיצע, דאן ווען קיין שום פאליטישען נישט זוכען קיין כבוד און אלע וועלען שטיין אין דער זייט.

ווער וועלען זיין אונזערע פארטרעטער?

ח"ו אויב זאל אבראהאם אנציען מער ווי 50%  וועט ווערען אנגענומען אין די אלגעמיינע גאס אז דער חוט המשולש, (משכיל ווידער, מסור שלעזינגער און ווילדער אבראהאם), זענען אונזערע פארטרעטער, און די תוצאות קענען זיין קאטאסטראפאל פאר דעם ערליכען ציבור אשר לא כרעו לבעל הארוני.

מיר געדענקען אלע די שאנטאזש וואס זיי האבען אנגעפירט אין די אנהייב ס' יארען ביי אלע שטאטישע אגענטורען, מיר געדענקען די מסירות וואס איז געווען א טאג טעגליכע ערשיינונג פאר יעדען וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן, ברם זכור לטוב, מיט גרויס סייעתא דשמיא, איז געלונגען פאר די ערליכע עסקנים ומנהיגי הקהלות צו איבערצייגען די באהערדע אז מען האנדעלט מיט א כאפטע ווילדע חיות און די באהערדע\פאליציי האט אונז באשיצט שמיני עצרת און שמחת תורה ביי זייערע יערליכע פאגראמען.

אויב וואלטען מיר נישט געהאט קיין פאליטישען כח, איז ביי איינעם א ספק וואס דער רעזולטאט פון די שמיני עצרת אינוואזיע וואלט געווען?

ווילען מיר זיך צוריק קערען צו די זמנים ווען זיי האבען איבערגעדרייט בתי מדרשים און מחרף געווען כל הקדוש לנו.

נעמט דאס נישט פאר לייכט און מאכט זיכער אז יעדער ערוואקסענער העכער 18 יאר קומט ארויס מאסען ווייז שטימען פאר די קהלה אינדארסירטע קאנדידאטען סטיוו לעווין פאר סיטי קאונסיל.

 

"חוקי תועיבה"

קודם א הקדמה,  ווי באקאנט איז די גאנצע נושא פון חוקי תועיבה איז נישט רעלעוואנט צו די קאונסיל פארמעסט היי יאר.  די נושא ווערט היינט צו טאגס דעבאטירט אין אלבאני ביי די סטעיט און די סטעיט האט די לעצטע און שטערקסטע ווארט אויף די נושא און דאס ווערט שוין היינט צו טאגס בכלל נישט דעבאטירט אין די סיטי.

אבער צו פארשטיין די נושא וועלען מיר דאס דורכשמועסען.

ווי יעדער איינער ווייסט איז דא פארשידענע אוממארלישע געזעצען ביי די רעגירונג סיי די פעדעראלע און סיי די שטאט רעגירונג וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט אונזערע אנשויאינגען. 

אויב אזוי מה נשתנה?  פאר וואס אויף חוקי תועיבה איז ארויס געקומען א בריוו פון די רבנים אין די מ' יארען און נישט אויף די אנדערע אוממאראלישע חוקים.

דער ענטפער איז אזוי.  מיר אידען האבען מקבל געווען ערבות נאר אויף אידען און מיר זענען נישט אחראי אויף די עבירות פון די גויים.  מיר קימערען זיך בכלל נישט מיט זייער ארענטליכקייט און מאראלישקייט ווי לאנג עס רירט אונז נישט אן.

אין די ל' און מ' יארען איז געווארען נייע מאוומענט, עס האבען זיך אויפגעשטעלט אקטיוויסטען און אנגעהויבען קעמפען פאר חוקי תועיבה, אפילו פאר די גויאישע גאס איז דאס געווען צו נידעריג און עס האט זיך אנגעהויבען א מערכה אין די אלגעמיינע גאס הללו אוסרין והללו מתירין.

אין די צייטען ווען דאס איז געווען דער נושא ביי די וואלען האבען די רבנים געשפירט פאר א חוב זיך ארויסצושטעלען אנטקעגען די קאנדידאטען וואס "קעמפען" (נישט פארטוישען מיט קאנדידאטען וואס "שטיצען") פאר חוקי תועיבה פאר 2 סיבות.

ערשטענס, זיי האבען געשפירט אז דאס איז א חילול השם צו שטיצען די קעמפערישע קאנדידאטען, וואס קען ווערען אויסגעטייטשט ווי שטיצע פאר חוקי תועיבה, און די אלגעמיינע גאס וועט אנקוקען אז היימישע אידען שותומ"צ שטיצען חוקי תועיבה.

והשנית, ווען דער קאמף פאר חוקי תועיבה האט נאך געהאלטען אין די ערשטע פאזעס האט מען נאך געהאלטען אז מען וועט קענען אויפטון אפצושטעלען די ירידה ביים גוי, און ווי פארשטענדליך ווי נידעריגער דער גוי פאלט איז א גרעסערע סכנה פאר אונזער יוגענט, און מען האט געהאפט אפצושטעלען דעם ליבעראלען באן.

דאס איז די עיקר סיבות פארוואס די "חוקי תועיבה" איז געווען א גרעסערער פראבלעם ווי אלגעמיינע אוממארלישע חוקים.

מיט די צייט ליידער האט זיך דאס נישט איינגעגעבען און ליידער היינט צו טאגס איז דאס שוין אן אנגענומענע רעכט ביי רובא דרובא פון אמעריקאנער פאלק און דאס איז שוין נישט שייך אפצושטעלען און אויך איז דאס שוין אזוי נתקבל ביים אלגעמיינעם פאלק אז עס איז שוין ליידער נישט בגדר חילול השם נאר פונקט ווי די אלע אוממאראלישע חוקים, דארפען מיר וויסען ואבדיל אתכם מן העמים, וקדשתנו במצוותיו.

בנוסף צו דעם טויש אין די מציאות הדברים, איז ווי אויבען דערמאנט די נושא פון חוקי תועבה בכלל נישט קיין טעמע ביי די איצטיגע וואלען, און כאטש דער קאנדידאט שטיצט בשיטה די חוקים איז ער נישט פון די קעמפערס דערפאר און ער ברענגט בכלל נישט ארויף די נושא און עס איז נישט נוגע למעשה.  בכלל יעדער אלגעמיינער קאנדידאט אין ניו יארק סיטי איז גענויגט צו די מתועבים אפילו די רעפובליקאנער ניו יארק סיטי קאנדידאטען.

 

לסיום, האפענטליך וועט יעדער איינער פארשטיין זיין חוב און טון כל מה שביכלתו משפיע צו זיין אויף די משפחה און באקאנטע ארויס צו קומען מאסענווייז צו שטימען פאר די אפיציעלע קהלה אינדארסירטע קאנדידאטען איבערהויפט פאר סטיוו לעווין פאר סיטי קאונסיל.

 



תוקן על ידי willyjew ב- 14/09/2009 20:52:10




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 00:16 לינק ישיר 

איך וועל באשרייבען די וואוטשערס אישו און די בלאף וואס ליגט אין דעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 14:28 לינק ישיר 

טעות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 15:54 לינק ישיר 

א_בני_יואל כתב:
סאיז עצת היצר צי מאכן א געטימעל פין די וואלן נישט צי טראכטן אז ס'שטייט נעבעך א אידישע מאמע וואס מהאט אויף איר ארויף געלייגט א בלוט בלבול יעצט ווען א יעדע אידישע מאמע שעפט נחת פין אירע קינדער אין די הייליגע טעג ציטערט א אידישע מאמע אז מזאל איר נישט צינעמען די קינדערלעך אין איר אריין ווארפ'ן אין די פינסטערע קעלערן רח"ל ווי קען א אידישע קאפ טראכטן פין דע זאכן ווען א אידיש קינד איז אויף צרות נעבעך  ווען דער עולם וואלט דעס אנגענימען פאר א אייגענע פראבלעם וואלט זי שוין געווען באפרייט

תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 14/09/2009 23:46:28

 



יא יא ער איז ליידער גערעכט אבער נאך ווי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 17:40 לינק ישיר 

יכול כתב:

הרב יהודה לעווין: אבראהאם האט געבעטען תועבה אינדארסירונג!

נעכטען אויפן זאב ברעננער שוי האט הרב יהודה לעווין געזאגט וואס אייזיק אבראהאם האט אים פארציילט אז ער איז געגאנגען צו די תועבה קלאב בעטען זייער אינדארסירונג. פירושים זענען איבעריג.

אבראהאם האט עס דערנאך געלייקענט.

דא קענט איר דאונלוידען די אינטערוויו, עס הייבט זיך אהן ביי 01:35:00 בערך.


http://talklinecommunications.com/broadcasts/media/2009-09-15_talkline_91409.mp3








דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 17:51 לינק ישיר 

דאס איז פונקט ווי איינער זאל זאגן אז דער גרעסטער אטיאיסט איז געגאנגען בעטן די שטיצע פונעם פויבסט, וויזוי קען זיין אז ער זאל חלומ'ען צו בעטן זייער שטיצע ווען ער האלט אין איין זאגן אז ער איז דערגעגען זיי, מאכט נישט קיין סענס וואס דער יהודה לעווין זאגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 18:04 לינק ישיר 

קען זיין אז ער רעדט איין שפראך אין אידיש אין עגליש זאגט ער אנדערש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 18:10 לינק ישיר 

קען זיין,

אבער דער אנדערער קאנדידאט זאגט אויף אלע שפראכן אז ער איז פאר תועבה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 18:31 לינק ישיר 

היינט זאלט איר זאגן פאר די קינדער אז מ'זאל נישט אריין ווארפן אין די גארביש קענס אויף די גאס ווייל די ארונים לייגן ארויף פיקטשער'ס פין דע וואס ווארפן אריין גארביש אין די קענס אז זיי רייסן צעטליך פין דעם אברהאם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 21:38 לינק ישיר 

לאז מיר קלאר שטעלן ווער איז קעגן דו חקי תועבה?

1) אבראהאם

2) ארי לייב גלאנץ

3) חיים ווערצבערגער

מיט אזעכע לוחמים דארף מען וויסען וואס טייטש תועבה






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הימעל, ערד און תועבה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext