בית פורומים אחים אנחנו

קריטיש וויכטיגער טאג אין וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/9/2009 18:31 לינק ישיר 
קריטיש וויכטיגער טאג אין וויליאמסבורג

עס האט מיר א איד געזאגט א גוט משל וואס ער האט נעכטען געהערט וואס מען קען זייער נוצען צום איצטיגען מצב אין וויליאמסבורג ווען מען שטייט היינט פאר א קריטיש וויכטיגען וואל טאג.

א שווער האט זייער געפייניגט זיין איידעם. ער האט אים אייביג גערודפט און געטשעפעט. דער איידעם האט איין טאג באשלאסען אז גענוג איז גענוג און ער גייט מאכען א ענדע צו די רדיפות. דער איידעם האט זיך אפגעשניטען זיין אייגענע נאז, זאל דער שווער זיך שעמען אז ער האט א איידעם אן א נאז...

לענינינו. די ארונים זענען אין אונזער פאל דער איידעם. זיי האבען זיך אפגעשניטען די נעזער אז די זאליס זאל זיך שעמען. זיי גייען איצט אין אזא זעלטען משוגענעם וועג וואס אפילו פאר אזעלכע מופקרים ווי זיי זענען, איז אויך א חידוש. זיי האבען באשלאסען מפקיר צו זיין זייערע אייגענע קינדער, זייערער אייגענע תשב"ר, זייערע בחורים און יונגעלייט, אלעס כדי זיי זאלען קענען מאכען א ספין וואס עולם גולם זאל איינזען אז זיי זענען די בעלי אחריות אויף וויליאמסבורג און אויפן כלל ישראל.

די בלאט שרייבער זענען די נידריגסטע, די פסולת וואס ערליכע קרייזען האבען נאר אמאל פארמאגט. דערצו זענען זיי די גרעסטע היפאקריטען, וואס מען דארף זיין בלינד, טויב און צוריקגעבליבען אז מען זאל ח"ו טראסטען אז זיי מיינען איינעמס טובה.

די ערשטע זאך. זיי האבען פאריגע וואך אין בלאט אויפן הויפט קעפעל געשריבען מיט קידוש לבנה אותיות דאס ווארט "תועבה", וואס לשיטתם הקרומע, דארף דאס זיין עפעס וואס דארף ביי חסידישע קרייזען ארויף ברענגען בייז בלוט.

צווייטענס. די ארונים אין בארא פארק האבען אינדארסירט א קאנדידאט וואס נישט נאר איז ער א פרא תועבהניק, נאר האט אפיציעל געלייקענט וואס דער בלאט האט אויף אים געשריבען פאר דריי וואכען צוריק, אז ער איז קעגען תועבה. ער איז ארויסגעקומען מיטען שארפסטען קעגען בלאט, און ער האט זיי ביליג צונאר געלייגט פארדעם וואס זיי האבען אויף אים געשריבען אז ער איז קעגען די שמוץ.

זעט מען קודם אז זיי מיינען גארנישט קיין ערליכקייט, די ארונים מיינען גארנישט קיין תועבה. זיי זענען פיל שמוציגער פון די תועבה.

און אויף זייער תועבה וועל איך זיך אויסברייטערען. דאס וואס א קאנדידאט איז פאר אדער קעגען תועבה איז קיינמאל נישט געווען א אישו. נאר קאשויער רב ז"ל איז געווען פארנומען מיט די זאכען ווען עד קאטש איז געלאפן פאר מעיאר. עס איז נישט קיין שום נפק"מ פאר א איד וואס דער קאנדידאט איז, ווייל מיר האבען אלץ און וועלען ווייטער קוקן אויפן קאנדידאט ווי אזוי ער וועט אונז, אידן, העלפן. ווי אזוי די אידן וועלען בענעפטירען פון אים און ווי אזוי ער וועט ארויס העלפן לינדערען אונזערע פראבלעמען. דאס אלעס וואס איז נוגע אפצומאכען צו שטימען פאר איין קאנדידאט איבערן אנדערען.

מיר אידען ליידען נישט פון קיין תועבות, און מיר זענען נישט אחראי אויפן מיינוג פונעם קאנדידאט. עס מאכט ביי אונז גארנישט אויס וואס תועבה מיינט און וואס דאס מאכט אויס ביי די גוי'אישע באפעלקערונג. די תועבה אישוס איז נישט קיין היינטיגער און ווי עס זעט אויס וועט עס בלייבן א אישו אין אמעריקע ביז משיח קומט. מיר אידען דארפן נישט קיין קאנדידאט וואס איז קעגען תועבה, ווייל מיר פלאנען נישט צו טאן תועבות, ווייל די תורה האט דאס אונז פארבאטען. מיר ווייסען זייער גוט אז דער גוי איז זינדיג און שמוציג מיט און אן די תועבות, און ב"ה עס האט ביי אידען נישט קיין שום אפעקט.

אבער דאס וואס דער בלאט און שמואל ווידער האבען געטון, ארויס צושרייבען דאס ווארט "תועבה" און צו מאכען פון די ענינים א לאנגס און א ברייטס, איז פאר אונז מיליאן מאל מער שעדליך ווי סיי וועלעכע תועבה וואס געפינט זיך אין אמעריקע און אין ניו יארק. זיי ווייסען אז קינדער און בחורים ליינען זייער צייטונג, און עס איז זיי נישט איינגעפאלען אז אזא ווארט און אזא טעמע האט מען נאך קיינמאל נישט געשריבען פאר קינדער. און אפילו פאר אינגעלייט און פאר פרויען מעג מען יא אזאנס שרייבען? איז אלעס שוין מותר פאר די תאוות הנצחון?

עס איז נישט קיין פראגע אז אלע בחורים און קינדער וואס האבען געליינט די בלאט האבען זיך נאך געפרעגט וואס דאס ווארט באדייט און איבער וואס די טעמע באציט זיך. און עס איז נישט קיין פראגע אז עס זענען געווען א טייל, קען זיין א גרויסע פראצענט, וואס האבען נישט איינגעריט ביז זיי זענען געוואיר געווארען וואס דאס מיינט און וואס די טעמע איז.

און דאס ווערט אלעס טאלערירט ביי זייער מנהלים און זייער וועד החינוך? איז שמואל ווידער געווארען דער בעל הבית אויף זייער חינוך סיסטעם?

איז שוין נישט פארהאן איין ערנסטער מנהל, מלמד, רב, דיין, וועד החינוך, וועד הצניעות בי די ארונישע פארטיי, וואס זאל האקען אין טיש און שרייען שקצים מנובלים, וויאוזי לאזט מען צו אזעלכע הייקעלע טעמעס שרייבען אפען און ברייט?  איז זייער גאנצער חינוך נעץ געווארען איבערגעגעבען פאר שמואל ווידער און פארן בלאט, אז זיי זאלען טאן מיט זייער אינגלעך און מיידלעך וואס זיי ווילען?

דאס אז ר' אהרן לאזט אלעס צו, ווייסען מיר שוין פון לאנג. ער איז אויף אלעם מוותר כדי ער זאל קענען אנצייגען אויף עפעס א געווינס. אבער זענען שוין אלע ארונים געווארען הפקר יונגען אז זיי זאלן צולאזען אז דער חינוך פון זייער אינגלעך, מיידעלעך, בחורים און אינגעלייט זאל גיין לטמיון ווייל שמואל ווידער מיט ר' אהרן האבן אפגעמאכט אז אלעס זאל אונטערגיין אויב איז ער נישט דער איינציגער רבי אויף סאטמאר?

 *

שמואל ווידער דער הויפט פון אלע ארונים האט אינדארסירט אברהם יצחק אבראהאם. ער איז א אידישער קאנדידאט און מיט דעם וועט מען שלאגען קאפיטאל.

איין רגע טייערע ברודער. שמואל ווידער מיינט קיינעמס גוטס? מיינט שמואל ווידער און זיינע שרייבערלעך, א איד? זיי זענען דאך אליין נישט קיין אידען. זיי זענען דאך גרייט אריין צוברענגען יעדע "תועבה" אין וויליאמסבורג, והא ראיה, זיי האבען דאך שוין געטאן צענדליגער מאל, און איצט מער פון אלעמאל, און זייערס א קאנדידאט מעג מען בכלל שטיצען? קען דען זיין אז מענטשען זאלען זיין אזוי נאיוו אז שמואל ווידער מיינט א אידס טובה?

דאס איז איינס.

איצט צום קאנדידאט אברהם יצחק אבראהאם. ער איז א לאנגיעריגער אקטיוויסט אין וויליאמסבורג, און האט שוין ארויסגעהאלפן אידען.

אבער. און דער אבער איז נישט קיין קליינטשיגער. ווען אבראהאם ווערט געמאסטען קעגען ר' משה דוד נידערמאן, איז עס בכלל נישט קיין פארמעסט. זאל קיינער נישט ברוגז זיין. ער קומט נישט צו צו ר' משה דוד נידערמאנס עסקנות און ערענסקייט, און האט בכלל נישט די קאנטאקטען מיט פאליטישע אינסטאנצען צו טאן טובת פאר אידען.

אבראהאם איז א ווילדער פארשוין, און איז נאר פארנומען זיין נאמען זיך צו בויען. ער האט ביי דעם קאמפיין אליין געטון ווילדע אקציעס וואס פאסט בכלל נישט פאר א איד. ער האט גענומען א טראגעדיע וואס האט פאסירט אין וויליאמסבורג און עס אויף געשפילט פאר זיינע אינטערעסען.

ער האט געמאכט חיים יחזקאל ניימאן, דער פאטער פון דאס קינד וואס איז ל"ע אריין געפאלען אינעם עלעוועיטאר, ארום קאלען אין גאנץ וויליאמסבורג אז נאר אברהם יצחק אבראהאם האט אים געהאלפען און דערפאר איז ער דער קאנדידאט וועם מען דארף שטיצען.

איינס, דאס איז א הוילער שקר און בלאף. עס ווייסען אלע אז אבראהאם איז נאר געווען גוט צו רעדען צו די פרעסע און אויף די טעלעוויזע ווייל ער האט זיך געוואלט אויף בויען צו לויפן. ווייל דאס איז זיין ספעציאליטעט פאר אטענשאן 24-7.

אבער די הויפט רשעות פון די אקציע איז, זענען מיר שוין געווארען גוים? מעג מען אויס נוצען א טראגעדיע פאר פאליטיק? איז דער ניימאן שוין אינגאנצען פאריקט און משוגע אז זיין זונס שטארבען זאל ווערן א פאליטישע טעמע?

ווען די גאנצפריעד משפחה וואלטען געווען ארונים וואלט אבראהאם און שמואל ווידער אויך זיי אויסגענוצט און זיי געהייסען ארום קאלן אז נאר זייער קאנדידאט איז געווען גרייט צו העלפען און דערפאר מעג מען נאר שטימען פאר אים.

קומט אבער דער אויסגערופענער כלל עסקן וועלעכער איז די אדערעסע פאר יעדע פראבלעם אין וויליאמסבורג און אפילו אינדרויסען פון וויליאמסבורג, און זאגט בשם אלע קהילות אז דער גויאישער קאנדידאט איז בעסער פאר וויליאמסבורג. פון דעם גוי וועט וויליאמסבורג האבען פיל מער ווי פון דעם אידישען קאנדידאט, איז נישט זיכער אז דאס איז די טובה פון וויליאמסבורג?

דער גאנג וואס די ארונים האבען, איז א גאנג וואס זיי קענען קיינמאל נישט פארלירען. ביי די וואלען פון קאנער און סקוואדראן, האבען זיי געשטיצט דעם געווינער סקוואדראן. כאטש אין וויליאמסבורג האט סקוואדראן פארלוירען גרויס ווייל ר' משה דוד בשם די קהילות האבען אינדארסירט קאנער ווייל ער איז אלעמאל געווען דער אדרעסעס פאר טובות פאר אידען, אבער די ארונים האבען דאך געשאלט און געיובלט אז זיי האבען געווינען. איי, זיי האבען פארלוירען די מערהייט שטימעס אין וויליאמסבורג, נישט קיין פראבלעם. שמואל ווידער איז אויף געקומען מיט א ספין פאר זיינע ארונישע בונדעל מוחות אז עס מאכט נישט אויס. סקוואדראן האט אבער געווינען.

איצט ווילען זיי שפילען א אנדערע סארט שפיל. זיי וויסען אז אבראהאם גייט נישט געווינען די וואלען. זיי וויסען אז ער האט נישט קיין שאנס צו געווינען. זיי וועלען איצט נישט קענען שרייען אז אבראהאם האט געווינען, ווייל ער גייט דאך פארלירען.

אבער אויב גייט אבראהאם האבען אין וויליאמסבורג נאר איין שטימע מער ווי לעווין, גייט שמואל ווידער אזוי הויך שרייען "געווינען", ווייל "אין וויליאמסבורג" האט ער געהאט די מערהייט, און ער וועט ווייזען אז ער איז דער בעה"ב אין וויליאמסבורג, כאטש פילע תמימות'דיגע מענטשען קענען פאלען פאר דאס ווארט א "היימישער" קאנדידאט. אויף יעדע שטימע פאר אבראהאם וועט וויליאמסבורג באצאלען א פרייז פון שמוץ און "תועבה".

מיר מוזען ארויס ווייזען סאלדאריטעט פאר ר' משה דוד, אז מיר ווייסען דעם אמת אז ער איז דער ריכטיגער בעל אחריות אין עסקנות, ער איז א געלאסענער איד, א לעגענדארער בעל חסד, און מיר וועלען שטימען פאר די קאנדידאטען וואס די קהילות האבען באשלאסען צו אינדארסירען און מיר וועלען אויסקומען אין די מאסען צו ווייזען אז וויליאמסבורג איז נאך נישט געפאלן אונטער די תועבה פון שמואל ווידער וחביריו.

קומט ארויס אין די מאסען צו שטימען פאר לעווין. פאלט נישט פאר די "תועבה" ספינס פון שמואל ווידער און נידערטרעכטיגע שותפים. עס זאל זיין טייער יעדע שטימע פאר לעווין.

געדענקט: שמואל ווידער האט באגראבען דעם גאנצען חינוך סיסטעם, אין נאמען פון אבראהאם, לאמיר ווייזען אז מיר זענען נישט אזוי נידריג, לאמיר ווייזען אז עסקנות מיט ערנסקייט איז ביי אונז עפעס וואס מען דארף שטיצען מיט אלע כוחות. לאמיר ווייזען אז די "תועבה" ספינס, פארדרייט נישט קיין נארמאלע מענטשען. קומט ארויס מיט די פרויען און אלע שטים בארעכטיגטע, און שטימט פאר "לעווין".



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 15/09/2009 18:31:30




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2009 18:32 לינק ישיר 

היינט זאלט איר זאגן פאר די קינדער אז מ'זאל נישט אריין ווארפן אין די גארביש קענס אויף די גאס ווייל די ארונים לייגן ארויף פיקטשער'ס פין דע וואס ווארפן אריין גארביש אין די קענס אז זיי רייסן צעטליך פין דעם אברהאם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 18:43 לינק ישיר 

אין תשמ"ג איז ארויסגעקומען א קול קורא פון אלע רבנים קעגן תועבה קאנדידאטן וואס איז פובליצירט געווארן אין אלע צייטונגען, אויך דער איד

מאי שנא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 18:44 לינק ישיר 

דאס אליין אז דער "תועבה" וועב זייטל "וואס איז נייעס" איז אזוי פאניע בראט מיט אבראהאם דארף זיין די גרעסטע ראיה אז ער איז א שטיק תועבה.

וואס איז נייעס איז איין שטיק שמוץ און ניוול פה וואס פארעקלט יעדען ערליכען איד. עס איז נישט פאראהאן איין שמוץ פון א איד וואס ווערט דארט נישט באריכטעט. זיי פארגיסען בלוט פון היימישע אידען אין די גאלאנען. זיי שטעלען זיך נישט אפ פאר גארנישט.

מעגען מיר שטיצען א קאנדידאט וועם "וואס איז נייעס" שטיצט?

תוקן על ידי פארמעגליך ב- 15/09/2009 18:40:57




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2009 18:48 לינק ישיר 

שנית, ווער טשעפעט נידערמאן, ער איז נישט קיין קאנדידאט, ווען ער וועט לויפן וועל איך קלערן פון שטימען פאר איהם. נידערמאן וועט ווייטער אנגיין מיט זיינע עסקנות אלס א לאביאיסט און אבראהאם אלס א קאנסילמאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 18:53 לינק ישיר 

סקאט, ענטפער אויף איין זאך. האט דער בלאט געמעגט שרייבען אזא קעפל און מאכען א אישו פון די די טעמע ווען זיי האבען אין דער זעלבער צייט אין בארא פארק אינדארסירט א קאנדידאט וואס איז פאר די שמוץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2009 18:59 לינק ישיר 

FOR THE RECORD. דער קעפל אין בלאט איז געווען איבער וואוטשערס.

אין בארא פארק איז קיינער נישט קיין פרומער איד, אלע זענען פאר תועבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 19:03 לינק ישיר 

נאך א זאך FOR THE RECORD. אבראהאם איז נישט קיין ארויני. פינטל. ער איז נישט דער בלאט.

ווידער נידערמאן האט האט געטאן דער טעות פון זיין לעבן מיטן נעמען א צד אין די סאטמארע חאזעריי, איך מיין צו דעם וועסטו אויך מודה זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 19:05 לינק ישיר 

קען איינער ארויף לייגען די פראנט פעטש פין דע שינד בלאט צי קענען זען וואס דארט שטייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 19:12 לינק ישיר 





שטייט טאקע די ווארט "תועבה" אבער די נושא איז וועגן וואוטשערס, אלנספאל ווי געשמועסט אבראהאם האט קיין שום היסטארי מיט נעמען א שטעלונג אין די סאטמארע פאליטיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 19:33 לינק ישיר 
יענקעלע 11 שרייבט אין בעקערי פארום

דאס וואס יענקלע11 שרייבט אין ר' אהרנ'ס פארום

אבער דער פאקט איז אז די אהרונים זענען נישא אזוי הייס פאר אברהאם
ווי די זאליס פאר לעווין, און דער חשבון איז פשוט, דער אברהאם איז ווייט
פון צו זיין א אהרוני, ער דאווענט ביי בירך ליפא זענטע, און מען האט עהם
נאך קיינמאל נישט געזען ביי די אהרונים, ער האט לגמרי נישט
קיין שייכות מיט די אהרונים,
אבער דער לעווין איז א פאלקאמער זאלי,
ער עסט נישט קיין קרית יואלער פלייש,
ער עסט נישט אריזאנא מצות,
ער לערנט נישט דעם יסודי התורה שיעור,
ער טרעט נישט אריין אין האפפער,
ער באצאלט נישט קיין מעמבערשיפ פאר די אהרונים,
ער ליינט נישט דעם בלאט,
ער איז אקעגן שחיטה מונחת,
און בכלל איז ער א גרויסער עם הארץ,
בקיצור א פאלנער זאלי,
על כן זענען די זאליס זייער ווארעם פאר זייער קאנדידאט.


איין זאך וואס יענקעלע האט פארגעסן: אויב איז לעווין א "פרא תועבה" איז ער אן ארוני פון אמסטערדאם וד"ל






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 19:53 לינק ישיר 
זשוליאני שרייבט אין בעקערי פארום

דאס וואס זשוליאני שרייבט אין געבעקסען פאבריק:

איך האלט אז לעווין וועט אי"ה פארלירן.
און מיר דארפען טוען אוזער פארט, און ארויסקומען שטימען פאר אבראהאם, אפגעזען צי ער וועט זיגן אדער פארלירן.

מיר דארפען טאן אונזער'ס, און דאס איבריגע לאזן מיר פאר'ן בוכ"ע.

*

זעט איר אלע וואס מיר ברויכן צו טון? ארויסקומען אין די מאסן צו שטימען פאר סטיוו לעווין. אבראהאם מיט די תועבה און שמואל ווידער זאלן היינט האבן א דורכפאל! 
זשוליאני, לאז דעם בוכ"ע ארויס פון דיין טמא'נעם פעדער!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 20:05 לינק ישיר 

קאלט ארום אלע פריינט ארויס צו גיין שטימען פאר דעם אנטי תועבה קאנדידאט ר' משה דוד נידערמאן קעגען דעם "פרא תועבה" קאנדידאט שמואל ווידער.

עס איז קריטיש וויכטיג אז די בלאט זאל כאפען א זעץ און זייער קאנדידאט זאל פארלירען אין וויליאמסבורג.

גייט ארויס און נעמט מיט אייער פרויען און ערוואקסענע.

לאזט אייך נישט פארפירען פון די מוח וואשערס אז מען שטיצט א היימישען קאנדידאט. אבראהאם האט נישט קיין שאנס צו געווינען. נאר שמואל ווידער קען ח"ו געווינען. היל"ת

געדענקט: דער היימישער קאנדידאט גייט נישט געווינען, און אייער שטימע פאר אים איז גענצליך ארויס געווארפען. נאר שמואל ווידער מיט זיינע מוסרים חברים קענען בענעפטירען פון אייער שטימע.

שטימט פאר לעווין, און וויליאמסבורג וועט געניסען טובות אינעם עתיד.

נידערט דעם נידערטרעכטיגען שמואל ווידער. לאמיר ווייזען אז מיר זענען נישט קיין תועבה שטיצערס ח"ו

שטימט פאר סטיוו לעווין

תוקן על ידי פארמעגליך ב- 15/09/2009 20:03:07




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2009 20:10 לינק ישיר 
פארשטיי שרייבט:

דער עקר וואס דארף ארויסגברענגט ווערן איז, אז דער משה דוד נידערמאן פארטרעט נישט וויליאמסבורג, ער האט מצער געווען טויזענטער אנ''ש,

מיטן ארויסנארען אונזער חתימות ביי מציציה בפה, איז עס דער נאך ניצען קעגן אונז.

מיטן רעדען אויפן טעלעפאן שמיני הצרת צופרי צו די פאליציי, אז זיי זאלן אונז ארויסטראגען פון אונזער ביהמ''ד,

מיטן דיסקרעמינערן קעגן טויזענטער אנ''ש וואס וואוינען און וומ''ס,

אבארהאם, לעווין, עס איז אלעס איינס,

די עקר נידער, מיט נידערמאן!!!

וויליאמסבורג וועט אים נישט באוויינען!

*

דא איז ער שוין מודה אז די ארונים מיינען נישט קיין אבראהאם, מיינען נישט קיין "היימישן", מיינען נישט קיין תועבה, און מיינען נישט קיין וואוטשערס. זיי מיינען בלויז "צו ווייזן".

לאמיר זיי ווייזן! ארויס מיט אונזערע שטימעס לטובת לעווין!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 20:28 לינק ישיר 

איר ווילט הערן וואס מיינט חוצפה? דער "פרא תועבהי'ניק" חיים ווערצבערגער וועלכער איז א בארימטער שייגעץ האט ארומגעקאלט פריער אלע מוסדות אז זיי זאלן אהיימשיקן צעטלעך מיט די קינדער אז זיי זאלן דאס גיבן פאר די עלטערן צו שטימען פאר אבראהאם.

הישמע כזאת? אזא תועבה'ניק, אזא מנובל זאל זיך נאך וואגן צו הייבן זיין קאפ און זיך ארויסשטעלן קעגען דעם איידעלן צדיק ר משה דוד? וואו האלט מען דא?

די  מוסדות האבן דעם מנובל, פארשטייט זיך, אפגעזאגט. אבער עס איז וויכטיג צו וויסן וואס זיי זענען אלץ אומשטאנד צו טון.

די עסקנים גיבן איבער אז די ארונים גייען שטימען אין די מאסן און אונזערע מענטשן קומען נישט ארויס דערווייל.

ביטע, לאמיר נישט זיין קיין צועקים לשעבר. שוין קומט אלע ארויס מיט אייער פרויען שטימען קעגען חיים ווערצבערגער דעם תועבה'ניק און דעם אנדערן מנובל שמואל ווידער.

תוקן על ידי שמואליונה ב- 15/09/2009 20:28:33




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 20:39 לינק ישיר 

דא איז נישט אויפן וואגשאל, ארוינים קעגן זאליס, פרא תועבה צי אנטי תועבה, היימיש קעגן גוי'איש, אבראהאם קעגן לעווין.

דא איז דא זייער א הייקעלע פאקט אויפן וואגשאל, נידעריקייט קעגן נארמאלקייט. איידלקייט קעגן שענדליכקייט. טהרה קעגן טומאה.

דאס וואס דער אבראהאם טוט איצט אין די גאסן, ארומצופארן טראקס מיט שרייענדע פלאקאטן, וואס עס שטייט דערויף דאס ווארט תועבה, איז אזא שרעקליכער שייגעץ שטיק אז אין א נארמאלע צייט וואלט מען אזא קאנדידאט פאריאגט פון וויליאמסבורג.

מען דארף פראטעסטירן קעגן די מנובלים שמואל ווידער, חיים ווערצבערגער. וויאזוי? ארויס מיט אונזערע שטימעס.

לאמיר ווייזן פאר אלעמען אז וויליאמסבורג איז נישט משוגע געווארן. מיר זענען נאך ביים קלארן זינען.
אונזערע קינדער זענען נישט הפקר פאר שמואל ווידער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > קריטיש וויכטיגער טאג אין וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext