| נשלח ב-15/9/2009 20:35 |
|
| |
גאב"ד י-ם: ארוינים האלטן סאטמאר'ע מוסדות אין ערכאות!
נעכטן איז פארגעקומען א דינער פאר מוסדות "יטב לב" בארה"ק אין מאנטרעאל, ווי עס איז געקומען צו פארן דער געטרייער מנהל המוסדות הרה"ח ר' מענדל וואלערשטיין הי"ו פון ירושלים, און די געטרייע חברי הנהלה פון ניו-יארק הרבני החסיד ר' בן ציון געלבמאן הי"ו, הרבני החסיד ר' מעכיל שלעזינגער הי"ו.
די אהרונים האבן געמאכט כדרכם פאשקעווילן, בג"ץ, מסרבים לדין, און האבן געהעצט נישט געבן געלט פאר די מוסדות הק' אין ירושלים.
נעכטן ביים דינער ווי עס האבן אנטיילגענומען נכבדי הקהלה וחברי אנ"ש, אין שפיץ פונעם רב הגה"צ ר' דוד מייזליש שליט"א, האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש דער דיין הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער שליט"א, בתוך דבריו האט ער געלאזט הערן אז ער האט היינט גערעדט מיט כ"ק מרן גאב"ד ירושלים הגה"צ ר' יצחק טובי' ווייס שליט"א איבער דעם ענין, און דער ירושלימ'ער רב האט עם געזאגט, אז מ'שטייט פאר ראש השנה, און אזוי ווי מ'איז מוציא לעז אז מ'גייט אין ערכאות אין בני ברק, אין מ'וויל נישט גיין צו א דין תורה, וויל ער לאזן הערן אז די נתבעים הנהלת חברת קרית יואל (זאלוינים) גייען נישט אין ערכאות און זענען גרייט צו שטיין לדי"ת בכל עת ובכל שעה, און זיי האבן פארגעשלאגן בתי דינים כדת של תורה, און מ'טאר נישט מוציא לעז זיין אויף זיי, און זיי האבן אלעס געטאן עפ"י תורה, דאקעגן די צווייטע צד די תובעים קומען נישט צו דין תורה און זענען זיך מתחמק פון קיין ענטפער
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 15/09/2009 21:28:23
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 15/09/2009 21:57:08
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 20:45 |
|
| |
לא "ראינו" אינו ראה! אפשר האט ער גאר גערעדט צו רב ק. ניטאמאל בבתי דינים של עכו"ם איז דאס אנגענומען.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 21:27 |
|
| |
זיי מסביר וואס די האסט געשריבן
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 21:34 |
|
| |
די דריי נייטראלע בתי דינים פון בני ברק שרייבן אנדערש, אפילו הגאון ר' משה מנחם שליט"א זאל דאס טאקע האבן געזאגט, איז עס נישט איבערוויגנד.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 21:38 |
|
| |
די דריי נייטטראלע בתי דינים פון בני ברק האבן "נישט" געשריבן אנדערש!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 21:52 |
|
| |
זינטאג האט פערלשטיין געזאגט אז ביים ביה"ח זענען זיי אויך די נתבעים, איז דאס דער זעלבער סארט נתבעים?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 22:13 |
|
| |
כ'האב געטשעקט די באריכט און עס איז אמת ויציב.
נאר איין הגהה, אז ר' בן ציון געלבמאן מיט ר' מעכיל שלעזינגער זענען נישט געוועזן דארטן, נאר ר' מענדל וואלערשטיין דער מנהל פון חברת שיכון קרית יואל און פון מוסדות יטב לב בארה"ק.
סקאט
דאס אז דער ירושלימ'ער רב רופט אן חברת קרית יואל אלס נתבעים, דארפסטו קומען מיט טענות צו אים פערזענליך,
זעט אויס אז ער איז אויך געקומען צו די מסקנה אז די ארטיגע בני ברק'ער אהרונים זענען געווען די ערשטע צו אריינפירן דעם סכסוך אין די ערכאות אינסטאנצן דורך אן אפיציעלע מסירה, אויף וואס עס איז אונטערגעשריבן א לויער בשם הרב אהרון טייטלבוים.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 22:35 |
|
| |
סתם נייגעריק, יוסף, איך זעה ביסט באקאנט אין דעם ענין, וואס שטייט אויף די אפציעלע פאפירן, ווער זענען די נעמען אונטע "תובע" (PLAINTIFF) און ווער אונטער "נתבע" (DEFENDENT)?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 22:39 |
|
| |
סקאט האסט בארירט זייער א גוטע שאלה, דער איד האט געבראכט קאפי'ס פון די בלעטער.
תובע איז דיין צדיק ההולך לערכאות של עכו"ם ווייס בשם עפעס א רב הרב אהרן טייטלבוים
די נתבעים זענען חברה שיכון ויואל משה (הרה"ח ר' מענדל וואלערשטיין)
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 22:58 |
|
| |
סקאט
איך מיין אז די תובע איז, ווער ס'נעמט אראפ מצבות
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 23:06 |
|
| |
שכוח עטגאסט פארן קלארן ענטפערן, איך עפרישיעט ווען דו ענטפערסט נארמאל.
יעצט אויב דו קענסט מיר אויסקלארן 2 נאכפאלגענדע פראגעס,
1. דער תביעה וואס דו ערווענסט, איז דער איינציגער קעיס אין געריכט דארט אדער ס'דא נאך קעיסעס און ווער זענען די תובעים אויף די איבריגע קעיסעס
2. והעיקר: דער קעיס וואס דו ערווענסט אז ווייס איז דער תובע, איז נאך אקטיוו?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 03:53 |
|
| |
פון די ווערטער פונעם סאטמארער דיין שליט"א פון מאנטרעאל קומט אויס אז דער ירושלימ'ער רב האלט אז די הני ברק'ער אהרונים זעענען די ריכטיגע מסרבים לדין און מ'איז נישט און ערכאות, נישט ווי דער רבי פון די אהרונים האט געזאגט פאר א האלבע יאר "אז מאיז נאך איצט אין בג"ץ".
וועם דארף מען גלייבן ירושלימ'ער רב
צו דעם סקול דיסטריקט רבי
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 04:21 |
|
| |
יוחי איך ווייס נישט אויב דער לשון וואס דו שרייבסט איז אקוראט אבער דער תוכן איז אמת און ער האט זיך באצויגן צו דעם פארלאנג פון גיין צו דין תורה, אז שיכון קרית יואל האבן זיך איינגעמאלדן ביים ירושלימ'ער רב אז זיי זענען גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה אבער דער צד פון די אהרונים געט נישט קיין תשובה!
פארשטייט זיך אז אין בלאט, און ביי פאבליק דרשות שרייט מען אויס "פאר די גאנצע וועלט" אז מען וויל גיין צו דין תורה. אבער הלכה למעשה, אריבערקומען צום ירושלימ'ער רב אונטערשרייבן שטרי בירורין, פאר אים האבן זיי נאכנישט געגעבן קיין תשובה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 19:57 |
|
| |
סקאט האט נעכטן זייער גוט געזאגט מיט זיינע 2 נאכפאלגענדע פראגעס,
1. דער תביעה וואס דו ערווענסט, איז דער איינציגער קעיס אין געריכט דארט אדער ס'דא נאך קעיסעס און ווער זענען די תובעים אויף די איבריגע קעיסעס
2. והעיקר: דער קעיס וואס דו ערווענסט אז ווייס איז דער תובע, איז נאך אקטיוו?
ער לייקנט נישט ירושלים'ער רב'ס ווערטער, נאר וואס דען, ירושלים'ער רב שליט''א האט נישט מער און נישט ווייניגער באשלאסן יעצט מוחה צו זיין אויף היסטאריע, א קעיס וואס איז שוין מער נישט אקטיוו... נאך מער, ירושלים'ער רב האט פאר עפעס א סיבה באשלאסן זיך צו-נעמן איבער די ארונים'ס ביינער, רעדן נאר פון זייער קעיס און לאזן די איבריגע קעיסעס גיין ווייטער זייער וועג צום בג''ץ.
זעט ארויס אז דעם ירושלים'ער רב שליט''א האבן די זאלונים אויך אינטערגעקויפט...
|
|
|
|
|