ווער גייט זיין די ספאוקסמען? ווער וועט געבן באמבאדיסטישע אומפאראנטווארטליכע סטעיטמענטס פאר די פרעסע? ווען איך האב נאר אנגעצויגן א נישטיגע 13 פראצענט, און איך בין דאס גענאר פון שטאט...
אבראהאם ביים הערן די רעזולטאטן נעכטן ביינאכט
נשלח ב-16/9/2009 16:28
יעצט פאר ראש השנה חוזק צי מאכן פין איד פאר גארנישט די וועסט גארנישט האבן קיין ניצען דערפין פארוואס טוסטו דעס ספאסט פאר א ארוני אויב די קענסטו עס אראפ נעמען איז א געוואלדיגע זאך ספעלט נישט אויס דע זאכן ער איז פארט א איד
נשלח ב-16/9/2009 16:47
ס שוין ענדליך געקומען די צייט אז די גאנצע פרעסע זעט מיט וועלכע "ספאוקסמען" מען רעד דא, און וועמען ער פארטרעט, און איך זאל זיך נישט פרייען?
נשלח ב-16/9/2009 17:07
סאיז נישט איידעל ארויף צי לייגען א פיקטשער ווי א איד איז בצער נישט אז איך פריי מיך נישט אז ער האט נעכטען פארלוירען אבער אזא פיקטשער פאסט פאר דע כת הסבלנים
נשלח ב-16/9/2009 17:15
ניין און ניין
דער תועבה'דיגער אברהאם האט אריינגעשיקט שמוציגע בלעטער צו אלע וויליאמסבורגע היימען, "אם ראית רשע שרוי בצער תדע שיש דין ויש דיין.
אוואדאי וואונטש איך אים ער זאל זוכה זיין תשובה צו טון אבער איינער וואס האט אויף זיין געוויסען .... פון איידעלע בחורים וואס זענען געווארן אויפגעקלערט דורך זיין קאמפיין, גלייב איך נישט אז זיין תשובה וועט אסאך העלפן, אדרבה אויב דער עולם וועט זען דעס פנים וואס ער טראגט יעצט וועט מען זיך פון אים לערנען אפשר וועט דאס אים זיין אביסל כפרת עוונות.
ארוינימלעך איר קענט נישט פייטן וויליאמסבורג.
נשלח ב-16/9/2009 17:20
דא וועלן מיר שרייבן די סיבות פארוואס די "אהרונים" האבן געווינען, ווייל ujo האט געווינען עפ"י פשטות, אבער די ארונים האבן געווינען עפ"י סוד (ארויסגענומען פון כל העולם כולו מיט רשות):
איך האלט אז מ'זאל אראפנעמען דעם בילד, ווי נישט ווי איז ער א פריוואטער מענטש, ער האט פיגורירט אין פאבליק ביז יעצט, אבער יעצט איז עס א אומאיידעלע זאך צו טוהן צו א איד א טאטע און זיידע מיט א משפחה, ס'איז באלד ר"ה, ביטע אכטונג געבן אויף בין אדם לחבירו ביתר שאת.
נשלח ב-16/9/2009 20:14
אינטערעסאנטע פוינטס
*-- candidate #1 name goes here *Stephen Levin (Dem)
5199
33.71%
Jo Anne Simon (Dem)
3109
20.16%
Isaac Abraham (Dem)
1937
12.56%
Evan Thies (Dem)
1915
12.42%
Ken Diamondstone (Dem)
1324
8.59%
Doug Biviano (Dem)
1127
7.31%
Kenneth Baer (Dem)
811
5.26%
Reporting: 147 of 147 precincts - 100.00 percent
די טאבעלע איז פון היינטיגן טאג אין ניו יארק 1 פון די נעכטיגע וואלן. די איבריגע איז פון די בעקערי פארום וואס איז געשריבן געווארן פאראיאר נאך די סקוואדראן אפערע
דאס האט ר' יונה געשריבן ביי די וואלן פון סקוואדראן פאראיאר:
מזל טוב מזל טוב!!!
סקוואדראן האט געווינען!!!
וויליאמסבורג האט געווינען!!!
ועל כולם "סאטמאר" האט געווינען!!!
פארלוירען און טויט זענען די שונאי ישראל די חוט המשולש וויטא לאפעז, מאטי נידערמאן, נידעלמאן!!!
היינט אין מיטען טאג האט נידערמאן געשריגען אז ער וויל נאר מציצה בפה.
איצט ביינאכט האט מען געמאכט די ברית מילה אויף אים מיט א קראבארד...!
די פאליטישע וועלט אין ניו יארק שאקעלט זיך!!
אלע זענען אויף מיט די געווינס פון דניאל סקוואדראן, און דאס אז א דאנק א נייע ארגענעזאציע u jcare וואס איז אלט אינגאנצען א האלב יאר, האט ארויסגעווארפן דער מאכטפולער סטעיט סענעטער וואס אזי שוין דארט "30 יאר".
די גאנצע דעמאקראטישע פארטיי איז אויף דערמיט.
11:15 האט דער ניו יארק'ער מעיאר בלומבערג אנגערופען ר' ארי' לייב גלאנץ ני"ו אויף זיין סעל פאן און אים פרעזענדליך גאר שטארק באדאנקט, און ער האט אים געזאגט ראביי גלאנץ איך האב אלס געוואסט אז די קענסט דעליווערן, איצט האסטו מיר דעליווערט די זיג פאר סקאוואדראן, איך וועל דאס געדענקען אויף שטענדיג איך איך וועל גוט באצאלען פארדעם, די מעיאר האט אויך געלאדענט ר' ארי' לייב קיין סיטי האל ווי ער זאל אריבער קומען די וואך ווייל די מעיאר וויל אים באדאנקען פרעזענדליך.
אויך סענאטער טשאק שומער און הילערי קלינטאן האבן אנגערופען פריער ר' ארי' לייב, זיך צו באדאנקען פאר די זיג פון סקוואדראן וואס ער האט דעליווערט.
ר' ארי' לייב איז אויך געווען היינט די קינאט רעדנער ביי די זיג פארטיי פון דניאל סקוואדראן, וואס איז פארגעקומען איצט ביינאכט אין דאנטאן ברוקלין ביי קאנעל סט., אויך האט אים סקוואדראן גאר שטארק באדאנקט ביי זיין רעדע, ער האט געזאגט אז דאס אז איך בין איצט סענעטער איז נאר צו פארדאנקען פאר ר' ארי' לייב!
דאס איז פון האקאבו אין די זעלבע אשכול:
אשריכם וויליאמסבורגער איינוואוינער פאר'ן מאכן א קידוש השם און שיקן א מעסעדזש פאר די גאנצע וועלט אז נידערמאנ'ס טעראריסטישע רעזשים איז געקומען צו א ענדע.
און צו נידערמאן: בור כרה ויחפרהו. ווען דו האסט באשלאסן צו שיקן דיין זון חיים יאסל קיין קרית יואל איבערצודרייען איז דיר נישט איינגעפאלן אז מען קען מאכן מיט דיר דעם זעלבן דזשאב אין וויליאמסבורג.
יעצט האבן מיר דיר געוויזן וואס מיר קענען און דאס איז נאר די אנהייב.
וויל איך דא איינמעלדן אז די אמת'ע נאמבערס וועלן ארויסגעגעבן ווערן דורך די באורד אף עלעקשאנס און זייער בלאף וועט זיך ארויסשטעלן.
ביבער: כא כא סאיז א מחי' צו זיין היינט א סאטמארע חסיד נאר פאר די הנאה וויאזוי
די זאליס שפייען בליט
די קייט פון געווינסן פון די זאליס האלט אן, זיי געווינען און געווינען און געווינען
איך ווינדער מיך פארוואס די זאליס האבן נישט געסטראשעט אז
ווער סוואוט פאר סקוודראן וועט נישט קענען ליגן אין זייער ביה"ח...
נשלח ב-16/9/2009 21:24
די מערסטע אינטערסאנט איז אז אנשטאט איינזען דעם מציאות וואס פאטשט זיי אין פנים, קומען זיי אויף מיט פרישע תירוצים יעדע סעקונדע פארוואס די ארונים האבן יא געווינען.
עס איז דא דא 2 פוינט'ס, די ערשטע פוינט איז ווער עס האט ארויסגעברענגט מער שטימען, וואס אויף דעם טענה'ן די ארונים אז זייערע 1700 שטימען זענען מער ווי די איבער 3 אהאלב טויזנט פון די זאליס.
די צווייטע פוינט איז ווער עס איז אין סיטי קאונסיל, דער אומפאראנטווארטליכער ווילדער בחור ספאוקסמען, וואס האט געוואלט גרינדען א "באמישע" פארטיי ווי ער און נחום רז"ב און טולי גראס זאלן פירן וויליאמסבורג, די דריי עלטסטע באמעס פון וויליאמסבורג, אדער דער ערנסטער קאנדידאט סטיוו לעווין.
אבער חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, דער בראדוועי טרייענגל איז שוין נענטער צו א פאקט, און די ארונישע פארטיי האט נישט נישט ראדני, נישט דער גרעסטער בית המדרש אין די וועלט אויף בעדפארד, נישט די ריזיגע uta אימפעריע בילדונגס, גארנישט האבן זיי נישט אין וויליאמסבורג, חוץ א כאטקע נעבן תשליך ווי מען גייט זיי באגעגענען שלש עשרה מידות ווען דער עולם גייט צו תשליך. (דער 2 וואכעדיג געבויטע כאטקע איז נאך אונטער א פראגע צייכן וועמענס עס איז).
די ארונים האבן געהאט מער מענטשן ביי די וואלן? קאנגרעטולאציעס! אבער אדאנק די א.ג. ספאנישע וויילער בלייבט עטץ אין ענקער מויזן לאך, און דער "גרעסטער" חרדישע שטאט אין אמעריקא ווערט "נישט" געפירט דורך דער "גרעסטער" סבלן בדורינו.
נשלח ב-16/9/2009 21:32
נאך זייער א אינטערסאנטע פוינט איז וואס עס האט נעכטן פאסירט א שעה נאך די וואלן ווי א ניק "צום פונקט" האט ארויפגעלייגט אויף כל העולם כולו א גאנצע אנאליז, ווי ער מאכט זיך אז ער האט עס געשריבן נאך פאר די וואלן אויסגאנג (די רעדאקציע האט עס פשוט נישט אריינגעלייגט).
ווי ער ברענגט ארויס אז אויב אבראהאם "גייט" באקומען 2000 שטימען איז דאס די גרעסטע דעגרייכונג פאר אים, און די זאליס זענען אין דער ערד. אפילו סטיוו לעווין "גייט" באקומען מער.
א פאר מינוט שפעטער קומט ער מיט זיין זעלבע נאמען "צום פונקט" און שרייבט: יישר כח צום פונקט, הערליך ארויסגעברענגט! איך פארשטיי אז דו האסט דאס געשריבן נאך אינמיטן טאג. עס איז אומבאשרייבליך ווי גוט דו האסט צוגעטראפן.