|
|
| נשלח ב-16/9/2009 22:58 |
|
| |
געדענקט, איך האב איך געווארנט!!
ויהי אחרי, א טאג נאך די שטורעמישע וואלען
וואס זענען זיך פארלאפן נעכטן און
וויליאמסבורג. די רעזאלטאטן זענען קלאר,
דער עולם האט קלאר ארויסגעזאגט אז זיי
זענען גארנישט פארקויפט פאר שמואל
ווידערס הוילע דמיונות, יעדער האט געשיקט
דעם מעסעדזש אז ביי אונז אין וויליאמסבורג
איז עס משה דוד נידערמאן. ער איז דער
מענטש וועם מען טראסט, ער איז דער מענטש
וועמען דער ויואל משה זצוק"ל האט אים
אריינגעשטעלט אין עסקנות, און מיט אים טוען
מיר זיך אינדעפיציאנירן. סטיוו לעווין איז
געווארן סיטי קאנסיל, א מחי'. דירות אין
בראדוועי טרייענגל, עסן פאר פסח, און וואס
נישט? אונז האמיר שוין ב"ה אן אפען אויער
אינעם ביוריקראטישן סיסטעם. מיין נאכט איז
געווען ב"ה זייער רואיג, וויסענדיג אז נישט
דער ספאנישע פרוי פון וואס מען האט אזוי
מורא געהאט האט עס געמאכט. למעשה האט
מען עס שוין געזעהן אינמיטן טאג, אז נאר ביי
די אידן איז געווען א גרויסער טוירנאוט, דאס
מיינט גרויסע זאכן פאר וויליאמסבורג.
מען האט גערעדט וועגן חוקי תועבה, מען האט
גערעדט וועגן וואוטשערס, איך האב זיך
אויסגעלאכט פון די אלע זאכן. אונז זעמער
נישט משוגע, האק אין קאפ א צווייטן אז ר'
משה דוד זאגט לעווין איז לעווין.
וואס זאל איך ענק זאגן? זינט סקוואדראן האב
איך שוין נישט געהאט אזא פיינע נאכט.. אבער!
דא קומט דער גרויסער אבער... איך בין אויף
געשטאנען צופרי צו סליחות, אלעס האט
אויסגעקוקט רעגולער ווי געווענליך. עטליכע
מעסעדזשעס אין מיין פאון וועגן די נעכטיגע
רעזאלטס, עס איז געווען זייער פרייליך א בליק
צו טון, יעצט איינמאל האט מען זיי געוויזן.. מען
טוט זיך אן, אלעס מיט אן ערענסקייט. עס איז
דאך פארט דער לעצטער מיטוואך פון די
סמך'ס. איך וואק ארויס פון מיין הויז, גלייך
אויפן ערשטן בליק איז מיר עפעס גארנישט
געפאלן. עס איז שטיל, די גאסן זענען ליידיג,
דא דארט זעהט מען קופקעלעך דעבאטירן די
וואלן אויסגאנג, אבער עפעס האט מיר נישט
געשמעקט. איך ווייס נישט וואס, אבער קודם
בין איך געגאנגען אין בית המדרש צו דאווענען,
אין מקוה האב איך שוין געהערט פון מיין חבר
וואס וואוינט אין די פראדזשעקס וואס רעדט
זיך עפעס געפערליך אפ אויף די
עלעוועיטארס, עס ארבעט נישט ווי געווענליך.
נו, אלעס קען געשעהן דאס האט מיר נאכנישט
אנגעצינדן דעם רויטן לעמפל. געסליחות'ט,
געדאוונט, איך קום אן אינדרויסן אויף די גאס,
אין פראנט פון די קעלעמענטי, עס טוט זיך עס
רודערט זיך! מאסן שפאנישע און אידן צוגלייך
שטייען אין העפטיגע קופקעס אין היציגע
געשרייען. מיין הארץ האט מיר שוין
פאראויסגעזאגט אז עפעס נישט גוט קומט דא
פאר. איך גיי צו נענטער האט זיך אנטפלעקט
א שרעקליך בילד פאר מיינע אויגן: פיר
קינדער האבן שוין געטראסקעט פון
עלעוועיטער רח"ל!!! קיינער איז שוין נישט בין
החיים!!! איך פרעג איינען וואס גייט דא
פאר!!?? ווי זענען די הצלה, שומרים, פייער
דיפארטמענט!!?? זאגט ער מיר נישט מער
נישט ווייניגער, זיי הייבן נישט אויף מער קיין
טעלעפאנען..!! איך בין שוין געווען אינגאנצן
צומישט. און מיין ווילדסטן חלום האב איך זיך
קיינמאל נישט פארגעשטעלט אזא סיטואציע.
אין מיין מחשבה איז מיר דורכגעלאפן א
טעלעפאון קאל וואס איך האב די וואך
ערהאלטן פונעם טאטן פונעם קינד וואס איז
נעבעך אומגעקומען אין דעם עלעוועיטער
אומגליק, ווי ער האט געבעטן מען זאל וואויטן
פאר אבראהאם ווייל ער האט געפיקסט די
עלעוועיטערס. איך וויל ענק נישט זאגן וויאזוי
מיין מחשבה איז ווייטער געלאפן, עס האט מיר
געכאפט א פחד. איך האב אנגעפאנגען אוועק
צו וואקן פון די סצענע, איך האב דאס פלעין
נישט געקענט צוקוקן! מיינע טריט האבן
געריכטעט צו ליע עוועניו, מיין געפיל האט מיך
גאר שלעכט פאראויסגעזאגט. וואס נענטער
איך בין אנגעקומען, האבן מיינע אויערן אויף
געכאפט יאמערליכע געשרייען, איך האב זיך
געוואונדערט. וואס איז היינט, שבת? אויף וועם
פראטעסטירט מען יעצט!? איך קום אן ליע
קארנער טעילער, עס טוט זיך אויף קעסל און
כלים; יונגעלייט דרייען זיך אויפן ראוד, ממש ווי
די ירושלימע פראטעסטירער; קארס פייפן אז
ס'גייט א רויעך; איר קענט זיך גארנישט
פארשטעלן וואס דארט האט זיך אפגעטוען,
איך טראכט צו מיר רבונא דעלמא כולא וואס
גייט דא פאארר..!!?? איך פרעג מיין חבר לעבן
מיר 'דו קענסט מיר אפשר זאגן וואס דא גייט
פאר..!? ער קוקט מיך אן ווי פון די לבנה אראפ,
"ווען ביזטו אויפגעשטאנען"? ער זאגט מיר דער
נייער סיטי קאנסיל סטיוו לעווין, איז דא מיט זיין
אויבערהאר וויטא לאפעז, ער צייגט מיר ביי לי
ראדני ווי זיי שטייען, "קוק דארט, לעבן די
בוטשער, דער מיט אן די העמד? ער איז דער
רשע לאפעז"! איך קוק דארט, איך קוק אן מיין
חבר, איך פרעג אים דו שעהמסט דיך נישט!?
ער איז דאך א אוהב ישראל! זאגט ער מיר דו
הערסט נישט..? ביסט בלינד..?
לאמיך אייך נישט באלמוטשען חשובע ליינער,
איך וועל איך זאגן קורץ און שארף. סטיוו לעווין
מיט וויטא לאפעז ימ"ש שטייען אויף ליע עוו.
ביי די סאטמארער בוטשער און זיי פירן איין
בריש גלי רח"ל חוקי תועבה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 23:00 |
|
| |
און גלייבטס מיר, ווען איך וואלט עס נישט אליין געזעהן וואלט איך עס אויך נישט געגלייבט, משה דוד נידערמאן שטיין אונטער זיי און זאגט זיי פונקליך וואס צו טון!! איך האב זיך נישט געקענט רירן פון גרויס ערשיטערינג. איך קוק זיך אן, איך וויל מיך פרעגן ווי אזוי האב איך געקענט צולייגן א האנט צו די דאזיגע קליקע!? ווי אזוי האב איך געקענט האבן א חלק אין חרוב מאכן וויליאמסבורג!? איך האב שוין נישט געקענט מער, איך האב באשלאסן, איך מוז אהיים גיין. איך מוז זיך אביסל אראפלייגן מצמצם זיין מיינע מחשבות זעהן וואס זענען זיך פארלאפן אין די לעצטע שעות און בכלל, וואס טוט מען דא ווייטער. איך קום אן אהיים, עס ווערט מיר גוט פאר די אויגן: אלע מיינע קינדער שפילן זיך אין פלעי רום און די מאמע האלט אינמיטן פארקאכן א פיינעם הייסן אייערשפייז.. איך קוק אן מיין ווייב, וואס גייט דא פאר!!? זענען זיי נישט געגאנגען היינט אין סקול/חדר? זי קוקט מיך אן און זי צייגט מיך א אומשולדיגע צעטל אויפן טיש. איך נעם דעם צעטל, שטייט דארט נישט מער נישט ווייניגער: "היות די רעגירונג האט געסטאפט מיט די וואוטשערס, על כן קענען מיר מער נישט געבן קיין עסן פאר די קינדער. מהיום והלאה מוז מען זיך אליין מיט ברענגען פרישטיג און לאנטש, מיט אנטשילדיגונג, די הנהלה".
עס איז מיר געווארן ביטער. הייסט אז איך, האב מיט מיינע פינגער אריינגעברענגט א גוי, א שונא ישראל פאר סיטי קאנסול, ווי איז געווען מיין שכל!? איך האב אנגעפיפן דעם בלאט, איך האב געלאכט פון דעם גוט מארגן, בין איך אינגאנצן משוגע געווארן? קען מען מיך שוין פארקויפן לאקשן? איך האב נישט געקענט אנגיין ווייטער. איך האב געמוזט אטעמען עפעס פרישע לופט. איך גיי ארויס אינדרויסן, איך האב געוואלט גיין צום בית המדרש הערן וואס דער עולם זאגט צום גאנצן סאמאטוכע. אויפן וועג האב איך באגעגנט מיין יוגנט פריינד, וועלכער איז געווען היפש באזארגט. גיי איך צו אים צו און איך געב אים א פריינדליכן קלאפ און ריקן 'וואס פארציילסטע עפעס? זאגט ער מיר א גוטן! איך האב פרייליכע נייעס, איך האב ב"ה געהאט א מיידעלע! - מזל טוב, אבער זאג מיר, וועגן דעם ביזטו באזארגט? דארפסט דאך כאפן א רקידה'לע פאר דעם.. קוקט ער מיך אן, און ער זאגט מיר דו האסט נישט קיין אנונג וואספארא שווערע נאכט איך האב געהאט און שפיטאל. מען דארף אסאך בעטן דאס קינד זאל זיין א געזונט קינד. איך האב מיך זייער דערשראקן, איך גיב אים א פרעג, 'זאג מיר, פארוועם האסטו געוועהלט נעכטן'? זאגט ער מיר פאר סטיוו לעווין. אונז האמער זיך ביידע אנגעקוקט, מיר האבן געטראכט די זעלבע זאך. אונז האמער געלאכט פון די אלע קול קורא'ס, אונז האמער נישט געלייגט קיין קרויס געוויכט אויף די אלע ווארענונגען, יעצט קענען מיר שניידן די פירות. עס איז אונז געווארן ביטער אוין הארצן, וואס ווייטער? אויפן ערשטן געדאנק איז מיר תיכף ארויפגעקומען אין מחשבה אז איך קען דא אין וויליאמסבורג נישט בלייבן. דאס איז עס, פארפאלן, וויליאמסבורג גייט אונטער! פון די פראדזשעקס האב איך געהערט איינעם ארויסשרייען פון פענסטער 'געדענקט! איך האב איך געווארנט!
 |
|
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|