נאכ'ן שטורעם
אזוי ווי די גאנץ יאר איז איין לאנגע קייט פון שטורעם און בהלות גוטע און נישט אזוינע בא'טעמ'טע, קיין צייט אויף צו קלערן ווי מ'שטייט אויף די וועלט איז נישט דא, בפרט ווען ס'איז "ביזי" סיזענס אויףדי וועלט, ווי עלעקשאנס אדער אנדערע "וויכטיגע" (נישט וויכטיגע) זאכנס, וואס שלעפט אוועק די גאנצע מענטש מיט בלבול הדעת והמוח, אז אויב איז נישט גענוג די אייגענע טירדות און דאגות מיט עגמות נפש גרויסע און קליינע וואס יעדער האט זיך זיין סייז פעקל, ברענגען די גאסן געשעענישן פיל צומישעניש ביי יעדעם, מיט די קופקענען און דורכרעדן די "דברים העומדים על הפרק" צו וועלטס פאליטיק, חסידישע פאליטיק צו סתם נייעס, טוט דאס אלעס אזויפיל אויף, אז ס'בלייבט נישט קיין צייט פאר קיין ישוב הדעת און אוודאי נישט פאר חשבון הנפש.
דער אייבירשטער האט געגעבן א מתנה די הייליגע טעג צו מתבונן זיין ווי מ'האלט אויף די וועלט, חודש אלול א הכנה צו דעם, און סליחות טעג אלץ אריינפיר צו די הייליגע לעכטיגע טעג ווי מ'גייט פארשרייבן אלע אידן לאלתר לחיים טובים, נאר דער איבירשטער בעט אביסעלע הכנה, אביסל ישוב הדעת, אביסל פארגעסן פון די הבלים וואס פאנגען דעם קאפ אגאנץ יאר, ארויפשוועבן אוועק פון די וועלט פאר אפאר טעג, געדענקן וואס דער ציל פארוואס מ'איז אראפגעקומען אויף די וועלט, און זיך נעמען אביסל צו תשובה ומעשים טובים, עקסטער אין די געהויבענע מסוגל'דיגע טעג.
איז געאייגענט צווישן אנדערע גוטע זאכן, אז אין די טעג זאל מען זיך צוריק האלטן פון שרייבן אויף אינטערנעט זאכן וואס קען זיין אונאה אדער פארשעמען א אנדערע איד, אדער בכלל שרייבן אויף די פלעצער ווי מ'קען לייכט דורכפאלן, און אפשר בכלל ליינען אזוינע זאכן וואס שלעפט אוועק דעם קאפ און מח פון די הייליגע זמנים, איך ווייס ס'איז דא מענטשן וואס רירן נישט אן קיין אינטערנעט אין די טעג פון סליחות און ימים נוראים וועגן די סיבות, ניצול צו ווערן פון איסורים, און צו האבן ישוב הדעת צו קענען זיך אביסל בארעכענען כאטש איינמאל א יאר ווי מ'שטייט, און נישט אריינפאלן אין די הייליגע טעג ווי א יוון אין די סוכה, און זיין גרייט צו אויסבעטן מיט א לויטערע קלארע קאפ פאר זיך און די קינדערלעך א גוט און זיס געבענטשט יאר.
א גוט געבענטשט יאר שנה טובה ומתוקה פאר אלע אידן!
 |
|
|