בקשת מחילה
אוזי ווי דער פורום גיט זיין פארמאכט ביז נאך יוה"ק, און כמעט יעדער אין פורום דארף איבערבעטן די אנדערע חברי הפורום פאר יום כיפור, דעריבער ווערט יעדער געבעטן צו איבערבעטן "אלע" אנדערע חברי הפורום און ליינערס פון פורום.
איך וועל זיין דער ערשטער,
איך וויל איבערבעטן אלע ליינער און שרייבער פון אחים אנחנו בפרט און גאנץ היידפארק בכלל, און אלע אידן וועם איך האב פוגע געווען ח"ו אדער פארשאפט איינעם צער אדער די מינדעסטע עגמת נפש מעודי עד היום הזה, איך האף זיך צו פארבעסערן צום נייעם יאר און משתדל זיין קיינעם נישט וויי צו טוהן.
און פארשטענדליך אז איך בין יעדן מוחל בלב שלם.
כתיבה וחתימה טובה ושנת גאולה וישועה.
תוקן על ידי וויכטיג ב- 18/09/2009 1:33:22
|
|