כ'האב געהערט ער האט קיינמאל נישט געהייסן גיין אין בחירות הטמאות.
אקעגן בני ברק (זיין וואוינונג ארט) הייסט עס שוין שטארק קנאי'ש, ווייל אין יענע "גדולים שטאט" עיר התורא קוקט מען אויף איינער וואס הייסט נישט גיין אין בחירות ווי אויף א "חבר לאיש משחית" און אזוי ווי איינער פון די ליטווישע גדוילים האט געשאלטן די אלע ואס גייען נישט אין טמא'נע בחירות אינעם ח' אורו מרוז (עפרא לפומייהו)
ולזכותו דלעלוב'ער רבי ז"ל ייאמר אז ער איז געשטאנען פעסט.
אויך אין זיין חדר האט מען שטארק מקפיד געווען מ'זאל רעדן נאר אידיש, בשעת ווען אין בני ברק קען מען טרעפן פיל אזוי גערופענע חסידישע חדרים וואס די קינדער (און שפעטער בחורים, יונגעלייט) קענען נישט קיין איין ווארט אידיש.
ת.נ.צ.ב.ה.