סתם פאר די רעקארד אז מען זאל וויסן פון וועלכע מאגאזין מ'רעדט.
אין ארץ ישראל איז דא 8 ריליגיעזע צייטונגן/מאגאזינען.
די ערשטע און דאס מערסטע אויספארקויפטע איז די משפחה.
ווער ווער פארקויפט פאר אלע שיכטן אין קרייזן.
משפחה איז א נייטראלע מאגאזין, וועלכע שטייט שוין איבער 15 יאר מיט גאר
גרויס הצלחה. האט שוין מצליח געווען אונטערוואען האדמו"ר מסאטמאר (ביידע,
סיי די טאטע, און סיי די קינד),האדמו"ר מסקווירא, האדמו"ר ממינקאטש,
האדמו"ר מאמשינוב (וועלכע איז נאכנישט אריין, אבער וועט אריין גיין
בקרוב), און נאך אנדערע גרויסע רבי'ס און גדולי ישראל. זיי פארקויפן א
וואך איבער 70 טויזענט שטיק א וואך (פון די העברעישע)
די צווייטע איז המודיע.
המודיע איז נתייסד געווארו צו דינען אגודת ישראל'ס אינטערעסן. און דינט טאקע ביז היינט.
המודיע האט מען גע'עפענט איבער 50 יאר צוריק אדורך די גדולי ישראל פון
אגודת ישראל, ובתוכם הבית ישראל מגער. בשעתו איז עס געפירט געווארן אדרוך
משפחת פרוש. היינט אבער ווערט דאס געפירט נעטא אדורך גער. און וועלכע רבי
אדער ראש הישיבה וועלכע שטעלט זיך נישט צו צו גער, ווערט נישט דערמאנט
דארט (עפעס ענדליך צו די איד).
הומדיע ווערט היינט פארקויפט נאר פאר די אגודסטן איבער ארץ ישראל, אמעריקא, אייראפע.
די דריטע איז בקהילה.
בקהילה איז געפענט געווארן אדורך א פריוואטע מענטש מיט'ן נאמען דוד
זילבערשלאג. ער האט דאס גע'עפענט אזוי ווי אלע אנדערע צייטונגן האבן נישט
גוט געדעקט די אינערליכע איזראילישע פאליטיק, האט ער אויסגעניצט דאס פעלד
און האט אויפגענומען א שרייבער מיט'ן נאמען יעקב ריבלין (וועלכע שרייבט
בדרך אגב א חלק פון די נייעס און הייד פארק, און האט א וועכענטליכע ארטיקל
אין בחדרי חרדים). דער יעקב ריבלין ווייסט אלעס אינערהאלב די חרד'ישע
פאליטיק (דארט שלאגט מען זיך אסאך ערגער ווי ביי אונז), שרייבט אלעס.
בקיצור די גאנצע צייטונג באשטייט היינט אויף אים.
די פערטע איז המבשר
המבשר איז געגרינדעט געווארן אדורך משפחת פרוש.
אזוי ווי שוין פריער דערמאנט, דינט היינט די המודיע נאר די גערע
אינטערעסן. און אזוי ווי פרוש מיט יענקל ליצמן זענען אויף שטעך מעסער
(כפשוטו). און מען האט קיינמאל נישט געדעקט געהעריג פרוש'ס אינטערעסן. האט
ער גע'עפענט א אייגענע צייטונג, מיט גוטע שרייבער, און האלט שוין היינט
איבער 10 טוזענט שטיק א וואך!.
פארשטייט זיך אז די גערע פלאצן און פראבירן אפצוטוהן פארשידענע שטיקלעך פאר אים.
די פיפטע איז יתד נאמן.
יתד נאמן איז געגרינדעט געווארן אדורך שך, וועלכע האט אויך נישט באקומען
קיין נערמאלע דעקונג אין המודיע. און ווען ער האט גע'עפענט זיין פארטיי
האט ער אויך גע'עפענט די צייטונג. בשעתו זענען אלע שרייבער געווען בעלי
תשובה'ס (א שטייגער ווי חיים גרינבוים, אז זעלטענע שרייבער, וועלכע די איד
האט גע'גנב'ט א מעשה פון אים מיטן נאמען דער באנקיר פון רוים- אדער אזוי
ווי ער האט דאס גערופן "הצוואה")
זיי האבן גאר א שלעכטע רעטינג, און נאר די ליטוואקעס קויפן דאס אלס חוב קדוש.
די זעקטע איז יום ליום.
יום ליום איז א צייטונג פון די שס'ניקעס. און דינט טאקע שטארק זייער
אינטערעסן. ווען מען האט געווארפן ארי' דרעי, זענען זיי געווען די ערשטע
ארויסצוקומען מיט א שארפע ארטיקל אנטקעגן אים.
די זיבעטע איז די שעה טובה.
שעה טובה איז בשעתו געגערינדעט געווארן אדורך א געווארפענע שרייבער פון משפחה. מיט'ן נאמען טוביה פריינד.
ער האט דאס גע'עפענט מיט'ן נאמען השבוע.
השבוע האט אויסגעזעהן ווי די פנים חדושות, אלע היימישע פאלטיק (ווי א
שטייגער, ישראל מיט מענדעלע, וויזניץ מיט סערט, גער מיט יעדעם, בעלזא
אנטקעגן מחנווקא) זענען דארט אויסגעליפטערט געווארן. דאן האט ער
איבערגעצויגן דאס שטריק. און ער האט אריינגלייגט א שמוציגע ארטיקל איבער א
מחלוקה אין גער צווישן די רבי (ר' יענקל) און זיין ערשטע קאזין די ראש
הישיבה (ר' שאול). אזוי ווי אין גער האלט מען דאס מיט א גרויסע סוד, און
אפילו איינער וואס האט נאר מחשבות זרות אנטקעגן דעם רבי'ן פליט שוין מיט
אלע זיינע קינדער (דערמאנט אביסל די תש"מ יארן). דאן האט פאסירט וואס מען
האט געווארפן א טעפל וואסער פונעם עזרת נשים אויף ר' שאול. די מעשה איז
געווען א סוד, ביז די השבוע האט דאס אויפגעדעקט.
די גערע רי האט געשאלטן פאר כעס, און די בחורים מיט די אינגעלייט האבן
מקיים געווען רצון צדיק, און פארברענט די אפיסעס, און שיעור נישט גע'הרגט
דעם עורך.
דאן האט ער גע'עפנט דעם צייטונג מיט'ן נאמען שעה טובה (וועלכע איז כמעט די
זעלבע אותיות). אבער מיט דעם אלעם ווען עס האט אויסגעבראכן די פייערליכע
מחלוקה אין פונוויטש צווישן פרץ בערמאן'ס חסידים, און מארקאוויטש'ס
(פעטער) חסידים, האט מען האט געווארפן שטענדערס אינעם גרויסן שול אין
פונוויטש, האט די שעהטובה אויך געווען די איינציגסטע צייטונג וועלכע האט
דאס געדעקט (לטובת בערמאנ'ס זייט, דעריבער האט ער באקומען א אינטערוואו
מיט הרב כהנאמאן פאר ראש השנה). דאן האבן די ליטווישע אים געוואלט געבן א
בחינה חוזרת. האט ער שנעל ארויסגעקומען מיט א פרישע מהודרה, און דארט ווי
עס איז געשטאנען באשריבן די ליטווישע פרשה, איז געשטאנען גרויס "נמחק ע"י
הצנזורה". דאס האט אביסל אפגעשטילט די כעס ביי די ליטווישע עולם-גולם.
יעצט איז ער ארויסגעקומען מיט זיין גרויסע באמבע. א אונטערוואו מיט משה גבאי.
די לעצטע איז המחנה החרדי.
סתם א אויסגעשפילטע צייטונג קומט ארויס פון בעלזא, פשוט ס'פאסט זיי נישט דאס צו פארמאכן, האלטן דאס אפען.
משה טייערע!
איך קען דיר שוין איבער 30 יאר, איך אייביג געמיינט אז די ביסט קליג!
אבער זיך אזוי צו בא'נער'ישן? גיין מיט אזא אפגעפליגטע צייטונג?
אויב שוין יא גנב'נען, גנב'ע כאטשיק א מיליאן דאלער, נישט א אלטע פעני!
יא, יא, וואס כח טוט נישט, טוט די יארן. פארפאלן! די וועפסט שוין אויף כח.
עס איז געקומען די צייט, אז שמואל קאמפאט זאל דיר איבערנעמען.
 |
|
|