בית פורומים אחים אנחנו

פורים אין יוום כיפור: אורי שווארץ דאס געלעכטער פון שטאט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/9/2009 17:52 לינק ישיר 
פורים אין יוום כיפור: אורי שווארץ דאס געלעכטער פון שטאט

דעיר קרית יואל'ער האט אראפגעשיקט זיין שלאק שמש אורי'לע שווארץ פון קרית יואל צו זיין געוועזענע היים שטאט בני ברק, צו פארכאפן  דעם ש"ץ מאכט און די הייליגע טעג, אויף נאר דאס יאר, כדי אז איבער א יאר זאל עס שוין זיין פריי פאר חיים הערש מייזליש דער איהעל'ער צדיק'ל, וועלכער וועט אריבערקומען פון זכרון מאיר שול, ווי ער דאווענט א גאנץ יאר, צום ביהמ"ד הגדול אין שיכון, ווי ער וועט דאווענען מוספין ר"ה און כל נדרי מיט מוסף מיט נעילה יום הקדוש.


ביז היינט צו טאג פלעג הגה"צ ר' מענדל דאווידאוויטש דאווענען מוסופים ר"ה און יום הקדוש, אויך כל נדרי מיט נעילה, 

דער רב הגה"צ ר' אלי' כ"ץ פלעג ר"ה נישט דאווענען פאר'ן עמוד, יום הקדוש פלעג ער דאווענען כל נדרי נאכט און רמב"ם שוהל.

היי יאר האט דער רב הגה"צ ר' אלי' באשלאסן אז ער בלייבט דאווענען אין שיכון אין ביהמ"ד הגדול


אורי שווארץ איז ערשיינען אין בני ברק געציילטע טעג פאר ראש השנה, און יצחק בראך דער מנהל פון די אהרונישע קינדער גארטן האט געמאלדן אז דער רבי האט עם געהייסן דאווענען מוסף פאר'ן עמוד, און מקפח זיין די 35-יעריגע חזקה פון הגה"צ ר' מענדל דאווידאוויטש, וועלכער איז ראש השנה געווען דער שליח ציבור פון קהל יטב לב דסאטמאר בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר מוהרי"י מסאטמאר שליט"א  ווי עס האבן געדאווענט גאר א גרויסער ציבור אידן.

מיט הגה"צ ר' מענדל זענען אוועק ראש השנה פון ביהמ"ד פרישע 20 בעלי בתים חשובים מתפללים קבועים קרוב צו 40 יאר, אויסער דער גרויסער ציבור וואס טרעט נישט אריין אין ביהמ"ד שוין א לאנגע צייט לאור די שרעקליכע מעשה אלימות מצד די ארטיגע אהרונים.

 

ערב ראש השנה איז געווען אויסגעלייגט און שוהל אין שיכון די פאלגענדע מסירת מודעה

 

אורי שווארץ דער גראליגער חנף האט באקומען אן אפעטיעיט זאגענדיג אז ער גייט דאווענען אויך כל נדרי, און ער גייט נישט מורא האבן פונעם רב הגה"צ ר' אלי' כ"ץ, און ארפילו היי יאר וויל ער זאגן כל נדרי אין גרויסן ביהמ"ד וועט ער עס צונעמען פון עם.

ביים זאגן תפילת זכה, איז צוגעגאנגען א איד צו עם אין האט עם געזאגט, דער רב זאגט כל נדרי,  אורי טרעט אפ שפיל זיך נישט מיט פייער, זיי נישט פוגע אין א מרא דאתרא וואס דער עונש איז זייער גרויס.

אורי דרייט זיל אויס מיט זיין הוילן אפגעגאלטן קאפ און קוקט יענעם אן, און לויפט גלייך צו יצחק בראך און זאגט עם אז דא גייט זיין יו"ט.

שטייענדיג אינמיטן רעדן איז דער רב הגה"צ ר' אלי' ארויף אויפ'ן ארון קודש און האט אנגעהויבן זאגן די "כל נדרי" דרשה, און אורי שטייט צוטרייסלט וואס מ'האט עם דא אנגעמאכט, און טראכט וואס צו טאן, ביני לביני האט הרב כץ אנגעהויבן כל נדרי, און אורי האט זיך גענומען ביי כל נדרי וויינען אויפן קול.

נאך אינמיטן יום הקדוש האט אורי שווארץ זיך גענומען שרייען אויף דעם בין איך געבליבן א גאנצע עשרת ימי תשובה אין בני ברק, איך איך בין געווארן דאס געלעכטער פון שטאט?





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/9/2009 19:00 לינק ישיר 

אורי דער חנ, אויפ'ן חשבון אז ער גייט דאווענען כל נדרי יום הקדוש, איז ער געפארן אינמיטן עשרת ימי תשובה קיין מירון צוזאמען מיט די ירושלימ'ער אהרונים, און האט דארט געהאלטן א דרשה, און האט צוזאמגערעדט אויף הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים סאטמאר ירושלימ'ער רב

אבער ליידער האט ער די פארשטיקענע פיש געגעסן און ארויסגעווארפן געווארן פון שטאט


ווי עס זעט אויס וועט חיים הערש מייזליש איבער א יאר נישט קענען דאווענען אין ביהמ"ד אין שיכון כל נדרי.

און ר' אהרן פון קרית יואל דארף מאכן א צווייטע פלאן פון ווי צו דערליווערן זיינע חלומות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/9/2009 21:59 לינק ישיר 

למעשה האט ער עפעס יא געדאווענט פאר'ן עמוד?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > פורים אין יוום כיפור: אורי שווארץ דאס געלעכטער פון שטאט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext