בית פורומים אחים אנחנו

ניגון פון מיכאל שניצלער ברענגט טרערן ביי פילע!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/10/2009 13:19 לינק ישיר 
ניגון פון מיכאל שניצלער ברענגט טרערן ביי פילע!!!

 

ניין, ס'רעדט זיך נישט פון עפעס א ניגון פון די מלחמה יארן ווי קינד און קייט ווערן געהרג'ט דורך רשעים די נאציס ימ"ש.

ניין, ס'רעדט זיך נישט פון א ניגון איבער א יתום וועלכע וויינט צו זיין טאטן ער זאל בלייבן מיט אים, און נישט איבערלאזן אליין.

ניין, ס'רעדט זיך נישט פון א ניגון איבער א קראנקע קינד וואס זיינע עלטערן בעטן דעם באשעפער זאלן אים נישט צונעמען פון זיי.

אבער דאך רירט עס דאס הארץ ביי פילע אידן, און ברענגט ארויס טרערן פון טיפע ווייטאג ביי הונדרעטער אדער טויזענטער בחורים, יונגעלייט, מיטליעריגע, טאטעס און מאמעס, און אפילו זיידעס.

עס רעדט זיך פון א ניגון וואס מיכאל שניצלער האט ארויפגעלייגט אויף זיין טעיפ נישט קוקענדיג אויף די קאנסקעווענצען וואס ער וועט זיכער ליידען דערפון פון געוויסע עלעמענטן.

דער ניגון איז איבער די פארווייטאגטע נושא וויאזוי די ישיבות ווערן געפירט היינט צוטאג וואס פילע בינוני בחורים קענען נישט טרעפן קיין ארט צווישען נארמאלע בחורים, און פאר מינדערוויכטיגע תירוצים און צומאל אויך אינגאנצען אן א תירוץ, פליען זיי ארויס פון ישיבות אדער ווערן בכלל נישט אנגענומען אהין, און דער פראבלעם הייבט זיך אן ביי די ישיבות וועלכע נעמען נאר אן מצויינים וואס זיי בלי שום ספק שולדיג אינעם חורבן פון כלל ישראל, און אויב וועט זיך דאס נישט אויפהערן באצייטענס זאל דער באשעפער אין הימל אפהיטן ווי מיר גייען נאך אנקומען, ה"י.

און אט אזוי גייט דער ניגון:

(דער ניגון איבער וועלכע מיר רעדן, איז בלויז א טייל פון דעם פינעפטן ניגון אויף דעם נייעם טעיפ "מיין קינד טרעף מיך").

ווער רעדט נאך פון ישיבות, ס'איז גארנישט קיין נייעס, זיי זוכן נאר דעם רבי עקיבא...

די אנדערע קינדער, אויף וועמענס אחריות, זענען שוין נישט אין ישיבה...

ארויסגעווארפן פון ישיבה, ס'העלפט נישט אויף דעם קיין תשובה, הוי דאס רשעות נעמט נישט קיין עק...

ביי אונז איז נאר מציונים, לאמיר בויען נאך בנינים, דורות פאלן נעבעך אוועק...

אין הימל וויינט מען אויפן חורבן, נאך א קינד, נאך א חורבן, אלעס אין דעם נאמען פון תורה...

נאך א חתימה, נאך א אסר, און מיט דעם געט מען זיך כשר, געוואלד ווי האט איר נישט מורא...

ווילאנג עס גייט דיר גוט, פארגיס נישט יענעמס בלוט, ווייל פון הימל דארט אויף דיר מ'קוקט, און דיין קומעדיגע דור קען נאך זיין אפגערוקט...

וויפיל קען מען צאפן, ס'איז צייט זיך אויפצוכאפן, יענעם מער נישט קלאפן, נאר זיך אליין אויסטאפען...

 

אצינד הערט דריי קורצע עפיזאדן וועלכע מיר האבן געהערט ערשטהאנטיג פון ביישויער און פון די בעלי העובדא, וואס דאס האט אונז געברענגט אפצושרייבן די פאר שורות און פרובירן ווי ווייט מעגליך דאס מפרסם צו זיין.

כ'ווייס מענטשען וועלן די מעשה אוועקמאכן ווייל עס הערט זיך אביסל ווי איינעם וועלכע האט ליבגעהאט צו פאברעצירן אזעלכע פארציילונגען און זיי פארשפרייטן אויף זיין האטליין, אבער גלייבט אונז מיר זענען נישט פון די סארט, און מעשה שהיה כך היה.

דער דיסטריבויטער פון מיכאל'ס טעיפ איז אנגעקומען אין איינע פון די געשעפטן אין אפסטעיט ניו יארק, און עס קומט צו א איד צו אים און פרעג אים, די נעמסט קעיר פון דעם טעיפ, זאגט ער יא. זאגט דער איד, טוה מיר א טובה דערצייל פאר מיכאל'ן די מעשה וואס כ'גיי דיר יעצט זאגן כ'וויל ס'זאל צו אים אנגעקומען.

הער, איך האב ליידער א זוהן וועלכע האט זיך ל"ע מיעס אראפגעגליטשט פון אידישן וועג, און ער האלט כמעט נישט קיין אידישקייט און אויף דעם פארגאנגענעם ראש השנה האט ער מחליט געווארן צו מאכן א נסיעה קיין אטלענטיק סיטי, ווי ער האט דארט געוויילט אויפן יו"ט (?) אינאיינעם מיט נאך עטליכע חברים זיינס גלייכן, נאך יום טוב איז ער אהיים געקומען צו זיין טאטן אין שטוב, און פונקט האט דאן געשפילט דער נייער טעיפ פון מיכאל, אנקומעדיג צו דעם ניגון האט דער אפגעפארענער בחור געגעבן א שפרינג אויף און געבעטן מען זאל דאס איבערשפילן נאכאמאל, מען האט דאס נאכאמאל איבערגעשפילט און ער האט זיך גענומען יאמערליך וויינען, און שפעטער געזאגט צו זיין טאטן אזוי: "ווען איך הער ווען דעם ניגון פאר יום טוב, וואלט איך נישט געפארן קיין אטלאנטיק סיטי, נאר געגאנגען דאווענען אין בית מדרש, און אזוי וועל איך טאקע טוהן יום כיפור!!!".

די מעשה קען זייער גוט פארשטיין ווערן, ווייל די בחורים ווערן נעבעך אזוי אנגעווייטאגט ווען פאר א מינדערוויכטיגע סיבה פליען זיי ארויס פון ישיבה, (און די צייט וואס זיין חבר וואס טוט דעם זעלבן פעלער, נאר ער האט א בעסער קעפל ווי אים, בלייבט יא אין ישיבה), און קיין איינער נעמט זיך פאר זיי נישט אן, און א טייל מאל פשוט אלס אויפרעגעניש, גייען זיי אראפ פון וועג מיינענדיג אז אזוי טוען זיי אפ דער משגיח און מנהל וועלכע האט זיי פארשיקט, זיי כאפן אבער נישט אז דער מנהל זיצט ווייטער אויף גראבע געלט און לאכט זיך אויס, און ס'אינטרעסירט אים נישט וואס די געוועזענע תלמידים טוען, און נאר זיינע עלטערן און משפחה זענען די וואס ליידען.

אבער הערענדיג אז עס איז דא ווער עס טראכט פון זיי, און דער ניגון ברענגט דאס זייער גוט ארויס, און פארדעם האט זיך דער בחור תיכף אונטערגענומען צו פארבעסרען.

נאך דערציילט מיכאל אזוי: אין טאג וואס דער טעיפ איז אנגעקומען צו די געשעפטן, באקום איך א טעלעפאן רוף פון א פרוי וואס פרעגט מיר איז דאס מיכאל שניצלער, איך ענפער איר יא, און זי נעמט זיך וויינען אויפן קול פאר עטליכע מינוט אהן אויפהער, ביז ענדליך זי קומט צום ווארט און הייבט אן זאגן איר ווייסט זיכער נישט וואספארא מצוה איר האט געטוהן מיט דעם ניגון, איך מיט מיין משפחה, אונז לייד מיר זיך אהן פון די מנהלים און משגיחים יארן לאנג שוין, ווען כ'האב ווען געלט וואלט געמאכט פון דעם ניגון טויזענטער קאפיס און אויסגעטיילט פאר די אלע הארץ לאזע מנהלים וועלכע זענען דן דני נפשות מיט אזא גרינגשעצונג.

דער מציאות איז, אז אין דעם פעלד זענען דא אסך געטרייע עסקנים וואס ארבייטן אימערמידלעך יא צו טרעפן און פלאצירן די בחורים אין ישיבות, אבער דאס העלפט נאר אויף א טייל בחורים, און ס'איז נאך אלץ דא א ריזיגער פראצענט פון בחורים וואס ווערן ארויס געווארפן אן רחמנות אויף דער גאס ארויס, און אט איז וואס עס האט געזאגט איינע פון די גרויסע כלל טוער אין מאנסי פאר מיכאל (אגב מיכאל קען זיך נישט מיט דעם איד פון פארדעם), ווען ער האט אים געזעהן די וואך: מזל טוב ר' מיכאל פאר אייער נייער מוסר ספר וואס איר האט ארויסגעגבן די וואך, מזל טוב!!!

וויפיל דער ניגון וועט אויפטוהן ווייס איך נישט, אויף אוועקצומאכן די גאנצע זאך איז דא גענונג סיבות, איינער וועמען דער ניגון האט נישט אזוי געשמעקט האט זיך די וואך אנגערופן אין א פאפולערער בית מדרש: ווער איז ער?, ווער האט אים געפרעגט?, מיכאל שניצלער אויך מיר א מחנך, קשוט עצמך תחילה, און אזוי ווייטער, דער עולם ביים קופקע ווי דער איד האט זיך דאס אנגערופן האבן אים אלע פה אחד צוריקגענפערט דעם זעלבן תירוץ: און ווער זענען די מנהלים און משגיחים מחליט צו זיין מי יחיה ומי ימות?.

מען דארף פארשטיין אז ביי די אזוי גערופענע מחנכים, מנהלים און משגיחים איז נישט גילטיג דער כלל פון איזה חכם הלומד מכל אדם, און כ'בין זיכער אז זיי גייען זיך נישט צוטוהן מאכן דערפון, אבער איין זאך איז זיכער, די אנגעווייטאגטע צובראכענע נשמות זייער מייאוש'דיגע עלטערן האבן באקומען פון דעם ניגון שטארקע חיזוק וואס וועט זיי באגלייטן, און זיי וועלן פון היינט וויסן גאנץ כלל ישראל איז מיט זיי, און מיר שפירן אייער ווייטאג!!!

עס דארף קלאר געשטעלט ווערן אז דער ניגון צילט נישט ח"ו די צענדליגער געטרייע מנהלים פון פילע ישיבות וועלכע נעמען אן בחורים פון אלע סארטן, אבער זיי מוזן טייל מאל ווארפן בחורים פון זייער ישיבה, ווייל זיי בלייבן איבער נאר מיט די שוואכע בחורים צוליב די ישיבות וועלכע ברענגען אונטער כלל ישראל און זיי נעמען נאר אן געקליבענע אויסגערופענע בחורים, וואס דאס איז דער שורש פונעם פראבלעם.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/10/2009 13:58 לינק ישיר 

גוט געזאגט

א ניגון אין פינטל און אמת'דיג




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/10/2009 16:07 לינק ישיר 

Michoel is turning into a kol boi, first with the Financial Advice, on Kol Mevaser, and now in chinuch.


I did'nt hear that tape, but if its as good as the financial advice, then......

He is a real mishlom, lots of luck to him.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/10/2009 19:32 לינק ישיר 

איך האלט נישט דערפון, דער פראבלעם איז אמת, אבער אויף א טעיפ באלאנגט דאס נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/10/2009 19:51 לינק ישיר 

trachten, think a little more, you were most likely not been hit yet with the reality of it, why not on a tape? why not be open about it? why protect the criminals? its time to wise up, no matter from what angle it comes from, i am a victim of these so called mechanchim anshe blial, bh i had the good family structure and im ok now.

kudos to you michoel .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/10/2009 23:48 לינק ישיר 

סע באלאנגט נאך אלץ נישט אויף קיין טעיפ, איך בין אויך געווען ארויסגעווארפן אלץ בחור נישט איין מאל, איך וויל נישט דא אויסלופטערן מיין היסטערי ברבים, אבער איך האב אויך געליטן פון די רשעים, איך האלט נאך אלץ אז אויף א טעיפ באלאנגט דאס נישט, נישט אלע מחלות פון כלל ישראל דארף מען אזוי לופטערן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/10/2009 04:51 לינק ישיר 

טראכטען: גערעכט געענטפערט
אתך אנוכי בצרה (been there done that)
מיכאל'ס נקודה איז גערעכט, אבער... אבער קינדער (אדער בחורים) וואס הערן דעם טעיפ ווילען דאס פארשטיין און אז מען פארשטייט נישט דאן וויל מען עס פרובירען



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/10/2009 19:43 לינק ישיר 

סאיז ראנג ראנג ראנג, איך גלייך זייער מכאלס טעיפס, אבער ווי עס קוקט אויס וועט עס ביי מיר אינדער היים מער נישט קענען אריינקומען,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2009 19:54 לינק ישיר 

זאל נישט קימען דער זינגער וואס האט הויפט חלק אין אזוי פארגויאישן דעם אידישן פאלק אין זאגן מוסר סאיז נישט קיין חילוק צי יא אמת אדער נישט ער זאל שווייגען אין ב"ה ביי מיר אין שטוב איז נישט דא פין עם גארנישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2009 20:43 לינק ישיר 

ווען גייט מיכאל ארויסגעבן א ניגון לכבוד די אפגעפארענע בחורים וואס האבן אפגעגליטשט צוליב די טאטע מאמע'ס מעשים טובים? צוליב טאטע מאמע'ס רשעות? צוליב דעם וואס דער בחור זעט דעם טאטען פלוידערן ביים דאווענען אדער אהיימקומען ר"ח נאך א האלבע שעה און זאגן "איך האב שוין געדאווענט"? אדער ארויסלויפן פאר 7 1/2 מינוט און זאגן "איך האב געדאווענט מנחה מעריב? אדער צוליב דעם וואס א שבת טיש איז א וואכענדיגע נאכטמאל ווי די וועלטליכע און חסידישע משפחישע שכנישע פאליטיק ווערט דעבאטירט צוליב דעם וואס דער טאטע האט נישט געפענט א אידיש ספר? אדער צוליב דעם וואס דער טאטע זאגן אז די וואך לערענט מען פרק אין אבות און דער 13 שנאק לאכט זיך אינטער ווייל די וואך איז פרק ו'?

אדער ווייל די משפחה מאפט אויף מאנסי צוליב דעם וואס ער עקשן'ט זיך צו האבן אינדערהיים ווידיאו נגד תקנות המקום והמוסדות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 00:52 לינק ישיר 

טעמבעל דאס איז זייער שארף אבער הארצרייסענד



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/10/2009 03:16 לינק ישיר 
איסור אויף מיכאל שניצלער נייע טעיפ


http://twitpic.com/loimy - Kol Koirah againts the new Michoel Schnitzler CD 'Mein Kind Tref Mich









דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2009 22:25 לינק ישיר 


לית מאן דפליג אז עס איז אַ שיינער ניגון מלא אמת און מלא רגש, אבער עס איז יצא שכרו בהפסדו, עס הערנדיג קען דאס אסאך שאדן מאכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > ניגון פון מיכאל שניצלער ברענגט טרערן ביי פילע!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext