בקשו רחמים, רשעי ישראל- ארונים ווילן פארשפארן מקום קדוש, וסוכה
רחמנה ליצלן!
נישט די דייטשע רשעים ימ"ש!
נישט אין דע מדינה הטמאה בא"י!
אויך נישט פון די גויאשע הערשאפט!
נאר דער חרינער מיט די ווייסע בעקיטשע וואס וויל מושל זיין אויף סאטמאר
האט פארארדענט דורך זיין שר הראשי בשם דוד עקשטיין ראש קהילתו
אין די הייליגע שטאט קרית יואל!
האט געגעבן פאר קהל בית יואל אוהל אלטא פיגא אן אלטימאטים ביז 5:00 אזייגער אקטובער 1
אז
1, תיכף פארשפארן דעם מקום המקדש מעט דעם הייליגן רבינ'ס בית המדרש,
וואס איז מיוסד לשמו ולזכרו ע"ש רבינו יואל, וע"ש הרבנית אלטא פיגא ז"ל.
2.תיכף פארשפארן די מקווה טהרה די איינציגע מקווה איו קרית יואל וואס רבינו זי"ע האט זיך ג'טובלט.
3. תיכף צו ווארפן די סיכה וואס ווערט יעדן יאר (שוין 30 יאר) אויפגעשטעלט לכבוד יומ"ט סוכת.
4. צו צוווארפן דעם מקום הסטארעדש ווי מען האלט אלע חפצים פון ביהמ"ד,
(וואס ליגט שוין צענדליגע יארן און דעם הויף אין א זייט וואס שטערט נישט קיינעם).
נשלח ב-1/10/2009 17:21
קענסט עס אויפווייזן מיט דאקומענטן אד"ג
נשלח ב-1/10/2009 17:24
בית יואל אוהל אלטא פיגא און די סוכה, וואס די רשעים האבן געגעבן ביז 5 אזייגער צו צוווארפען ר"ל
דער ווילידזש איז נישט קיין אידישער ענטעטי עס באלאנגט פאר ניו יארק סטיעט אין מען דארף נישט קיין שום היתר עס צו טוען
יעדער איד מעג אינטערשרייבען אויף א קלאגע געגן ווילידזש
נשלח ב-1/10/2009 18:19
איך פארשטיי נישט די גאנצע זאך ווער האט געשיקט דע צעטעל פאר קהל בית יואל?
אויב די אזוי געריפענע קהל יטב לב האט עס געשיקט איז יעצט די בעסטע געלעגנהייט אויף צי ווייזן אז די VILLAGE איז נישט מער ווי א פליגעל פין זייער קהילה וואס דאס איז נישט ליגאל ווייל ווי אזוי שיקט קהל יטב לב א צעטעל אפצישאר'ן א פלאץ ווייל סטאר ליגאל נישט זיין דארט א בית המדרש זיי זענען די פאליציי םינעם VILLAGE איך מיין אז סאיז א שטארקע טענה אין קארט
נשלח ב-1/10/2009 18:37
יעצט זעט מען ווייטער אז משה גבאי איז געווען שילדיג אין אלעס נישט דער סבלן הדור מיט זיינע שקצים'לעך
נשלח ב-1/10/2009 19:24
ווי אזוי קען דאס רשעות גיין אז רשעי ישראל זאלען צו צוווארפען א סוכה
די רשעי ישראל וואס זענען בועט במצות סוכה ( כמבואר בחז"ל דהרשעים לעתיד לבא יהיו בועטים במצות סוכה)
די קאמעניסטען אין די אטניסעמיטען האבן אויף דאס זעלבע געטאן
נישט אומזינסט האבן די אמעריקאנער פרייע אידן געזאגט אז סוכה איז א סאטמארע מצוה אין מען טאר עס נישט איינפירען אין אמעריקע
די וואס האבן פיינט סאטמאר האבן פיינט די מצות סוכה ווילען זיי נישט לאזען א סאטמארע מצוה
די ארונים שרייבען
2. ענק זענען זיך סותר מקצה אל הקצה, קודם געבן ענק זיך נייע התירים צו גיין בערכאות ווייל ס'א גויאישע ווילעדש וואס איז אונטער ניו יארק סטעיט געזעצן, אבער ממש באותו רגע שעלט עטס צאם ר' אהרן זעלבסט פאר די צרות, אויב ס'א גויאישע ניו יארק סטעיט ענטיטי וואס איז ר' אהרן שולדיג, איז ער אפשר גאווערנער פון ניו יארק
דאס איז זעכער אז אז ר אהרן וועט ווערן אויסגעפרעגט אין קארט ביי דעם קעיס אין אין די נאכפאלגענדע פיר קעיסעס
דו פרעגסט ווי דער היתר פין ווינער רב לעדעל אויסצופרעגןר אהרן אבער רופ עס ווילדזש ?
BEE RADY FOR FUN
דאס וועט שוין די דזשורי פין קארט דעסיידען צו ר אהרן אין ווילידזש זענען א מאפיא וואס ארבעטען אינאיינעם אין עס איז דא אויף הונדערטער באוייזען מיט וואס צו גיין צום דזשורי וואס איז כמעט א זיכערער געווינס
see you in fed court soon
פערדעריי, אין אנהייב מסכת עבודה זרה שטייט אז די גוים וועלן בועט זיין במצוות סוכה, נישט אידן.
אבער ר' אלחנן וואסערמאן ז"ל ברענגט טאקע פון חפץ חיים וואס האט געזאגט אויף די ציונים און "אידישע" קאמאניסטן וכדומה כהאי לישנא: "ביי מיר איז ברור אז זיי זענען פון זרע עמלק", און לויט דעם שטימט עס, ס'זעהט אויס ווי רשעי "ישראל", אידן, אבער אין אמת אריין זענען זיי גוים, און נישט סתם נאר מזרע עמלק.
איך גיי נישט אריין אין עצם זאך וואס איז מיר אינגאנצן נישט קלאר, פון וועמען רעדט מען דא, פון אהרוינים? פון משה גבאי? ס'שווער צי אריענטירן זיך אינעם געדיכטע קאשע.
אז ס'וועט זיין דא עפעס דאקומענטן וכדומה וועט מען קענען עפעס פארשטין, איך על כל פנים.