| נשלח ב-5/10/2009 09:29 |
|
| |
ברעקינג: שלעגער פון ר' משה גבאי אנגעקלאגט אין געריכט
אהרן מאיר ווייס ב"ר משה חיים ווייס פון בני ברק, דער שלעגער פון ר' משה פריעדמאן משב"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט עם גראליג באפאלן און אטאקירט במערת הרשב"י אין מירון פארגאנגענעם ל"ג בעומר, באקריגט א באשולדיגונג אקט אין געריכט.
זיין פראצעס וועט זיך אנהייבן א' דר"ח חשון תש"ע (ולמספרם אוקטאבער 18 2009) אין בית משפט השלום אין צפת, ביים ריכטער בען פיילעס 9:30 צופרי.
"אחים אנחנו" צוזאמען מיט פילע טויזענטער סאטטמארער חסידים וועלן נאכפאלגן דעם געריכטליכן קעיס פונעם ברייט באקאנטן שלעגער מיט גרויס אינטרעסע.
פרטים יבואו!
תוקן על ידי yuchw ב- 05/10/2009 9:33:53
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2009 09:32 |
|
| |
א בילד פונעם שלעגער


תוקן על ידי yuchw ב- 05/10/2009 9:33:04
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2009 10:03 |
|
| |
האט עס שייכות צי דעם אז פונקט יעצט האט דער גרויסער ר' משה גבאי געהאט אן אינטערוויו מיטן רעליגיעז ציוניסטישע צייטונג בשעה טובא?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2009 19:22 |
|
| |
אפיציעלע הזמנה פון געריכט פאר דעם שלעגער
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2009 19:24 |
|
| |
ווי עס קורסירן קלאנגען האט דער שלעגער אהרן מאיר ווייס דער מו"ל פונעם בלעטל "קול התאחדותינו" אין "שלחן מלכים" געדונגען א גרויסן לויער פאר 10 אלפים.
אויסער דעם לייגן זיי גרויס פרעשור אויף די יוסטיץ דעפארטמענט אז זיי זאלן פארמאכן די קלאגע
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 20:06 |
|
| |
דאס איז אויך מותר? איז דער הליכה בערכאות אינקלאדעד אינעם פעקעדש דיל?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 02:05 |
|
| |
דע פראגע וואלסטו אויך געפרעגט ווען משה גבאי וואלט דארט דערהארגעט געווארן? לויט דיר ווען איינער קומט איינעם הארגענען, דארף מען אים שנעל שיקן אן הזמנה.
יא, אמאל רעדן די ארונים אויך צום זאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 03:33 |
|
| |
דער שלעגער אהרן מאיר ווייס, גייט שבת וויילן אין מירון, כדי ער זאל קענען זונטאג גלייך אינדערפרי אנקומען קיין צפת צום משפט
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 03:39 |
|
| |
וועם איז א נפקא מינה ווי ער איז אויף שבת, און וואסערע קלאענגן סדרייט זיך בנוגע די פרייז פאר זיין לויערס, די ביזט נעבעך ביזי מיט דיינע שגיונות, און די פירקעלסט אן דעם פארום מיט שטותים,
לייט דיך שלאפן עס איז שוין זייער שפעט,
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2009 08:17 |
|
| |
ווער האט אים געשיקט אן הזמנה?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 18:44 |
|
| |
יא.
נעכטן איז פארגעקומען די ערשטע סעסיע אין געריכט אין צפת, באלד וועט נאכקומען בילדער מיט איינצעלהייטן, וואספארא פנים דער שלעגער מיט זיינע הויפטן האבן געטראגן אין געריכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 18:53 |
|
| |
איז אמת אז אויב געפינט מען עם שולדיג קען ער באקומען די דעט פענעלטי? אזוי האב איך גיהערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 19:15 |
|
| |
נעכטן אינדערפרי 9:00 אזייגער איז דער שלעגער אהרן מאיר ווייס (דער רעדאקטאר פונעם גליון "קול התאחדתינו" או "שולחן מלכים" אויסגאבע) אנגעקומען אין געריכט, צוזאמען מיט זיינע צווי הויפטן, הערשל האלצער און שלום יצחק דאסקאל (הויפט משגיח רוחני ביי ר' חיים הערש מייזליש ישיבה), וועלכע שיקן עם כסדר פארזעצן די טעראר מיסיעס.
די דריי ועלכע זענען אנגעקומען אין געריכט קיין צפת פון בני ברק, האבן אויסגעקוקט חלשות, אנגעטארכעט, צומישט און ציושט, אין געווארט אומגעדולדיג.
דער פרעסעקיוטער האט זיי אריינגערופן אין ריכטער רום, און גלייך האט אויסגעבראכן א פלעש בליץ, דער צערודערטער האלצער נעמט זיך שרייען "לא לצלם" (נישט כאפן קיין פיקטשער'ס) און סטראשעט מיט זיין פינגער אויפ'ן ארגסטן, און לאזט פאלן א טוץ מיט מיאוסע קללות אנגעברענגט פון מאנארא'ער ישיבה.
דער שלעגער אהרן מאיר ווייס האט זיך באהאלטן אונטערן רוקן פונעם צוויטן שלעגער דאסקאל, און פארזינקען פאר בושות און חרפות מיט אראפגעלאזטן פנים איז ער אריין אין געריכט רום.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 19:21 |
|
| |
אהרן מאיר וויס באהאלט זיך אונטער שלעגער דאסקאל, האלצער שרייט און שעלט, סטראשעט מיט זיין בלוטיגן פינגער אויפן ארגסטן
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 19:27 |
|
| |
דער שלעגער אהרן מאיר ווייס גייט אריין אין געריכט
|
|
|
|
|