איך האב נארוואס געענדיגט הערן די געוואלדיגע אינהאלטספולע דרשה פון הר"ר שמואל שלמה טעלער (געזאגט געווארן נעכטן אין ב"פ) בנוגע די "פראטעסטן" (וועלכע ווערן לעצטנס פאררופן יעדע דריטע וואך אויב נישט מער..)
ער שמועסט הערליך אויס וויאזוי די פראטעסטן פלעגן צוגיין ביים בעל דבר"י זצ"ל און מיט וויפיל יישוב הדעת אזא זאך דארף געטוען ווערן.
"עס איז קיינמאל אזא זאך נישט געווען אז "עסקנים" זאלן אריינקומען צום רבין "בעטן" ער זאל אונטערשרייבן אויף זייער פאררופענע פראטעסט".. זאגט ער, "קיין איין צעטל - אין אידיש אדער אין ענגליש - איז נישט ארויס בעפאר רביה"ק האט עס איבערגעקוקט און פארראכטן", "א פראטעסט איז א לעצטע קאול וואס מ'שיסט ארויס נאר נאכן איבערגיין אלע אנדערע מיטלען און נאכן דן זיין בכובד ראש וואס מ'וויל און וואס מ'קען עררייכן".
שטארק האט מיר געפאלן די משל וואס ער זאגט, אז דאס אז יעדער דריטער עסקן קען זיך פארופן א פראטעסט מדעת עצמו, און מיטן בארעכטיגטן טענה אז "די רבי האט אזוי געטוען .. די רבי האט געזאגט אז מ'דארף טוען נישט אויפטוען" וכו' וכו', קוקט מען אויס ווי עס זאל זיין אז אין אפגאניסטאן זאל זיך יעדער גענעראל נעמען שריט לויט זיין פארשטאנד, און טענתו עמו אז ער טוט נאר "לטובת אמעריקא", און ער וועט זיך נעמען שיסן רעכטס און לינקס, און אפשר אויך ארויסשיסן א קליינע אטאם באמבעלע... און... ער האט אויפגעטוען! ער האט אומגעברענגט די טעראריסטן!! אבער... זיין שטראף וועט זיין גאר גרויס.. ווארום די אלע שריט וואס ער האט געטוען זענען שריט וואס קענען נישט און טארן נישט געטוען ווערן אנע ספעצילע באראטונגען און החלטות. אזוי אויך ממש די זעלבע איז בנוגע די פראטעסטן.
ער פארציילט אויך וויפיל שעות מ'איז שוין געזעסן ביים רבין מיטינגען איבער די אלע לעצטערע געשעענישן, אבער די רבי האט בשו"א נישט געלאזט פארופן קיין פראטעסטן סתם אזוי למען תהא... (ס'אל זיין...), נאר אין יעדע פרט האט מען דן געווען אלע מיטלען וואס מ'קען און וואס מ'זאל טוען.
ער פארציילט אז ביי די לעצטע פראטעסט קעגן הדסה וואו די פאררופער האבן זיך תולה געווען אינעם ירושלימ'ער רב שליט"א, האט רבינו שליט"א אים געהייסן אנפרעגן ביים ירושלימער רב צו ער האט אזא החלטה אז מ'דארף פראטעסטירן קעגן הדסה, האט ער אנערופן אין שטוב, און די תשובה איז געווען אז ער האט בלויז געזאגט אז מזאל טוען פעולות, אבער ער האט קיינמאל נישט דן געווען אדער צוגעשטימט צום פראטעסט!, און די עסקנים פונעם פראטעסט האבן שוין אנגערופן מפייס זיין פארן נוצן זיין נאמען אן רשות... (אזוי זעה מיר אויס!).
אויך פארציילט ער דארט סודות פון חדר וואס רבינו שליט"א האט יא פארארדענט צו טוען וועגן הדסה, און ווי פיל שווערער עס איז וועט עס בעז"ה אסאך מער אויפטוען. (איך קען נישט אלעס נאכשרייבן ווייל הזמן יכלה..)
ביז דא שרייבט מנחם מענדל.
עס איז פשוט צוקער זיס צו ליינען וויאזוי ער באקלאגט זיך אז די "עסקנים" באשליסן מדעת עצמם. נו וואס דען, פארוואס זאל ער אנדערש מיינען בשעת דער מאנראוער צדיק איז בכלל נישט בראש הענינים. ביים מאנראוער צדיק איז ענדערש אז דאס יהדות החרדית זאל אונטערגיין אויב ער איז נישט דער "איינציגסטער" וואס שטייט בראש המערכות.
פארוואס זאל ער וויסן וויפיל שעות עס האט געקאסט די אלע הכנות צו די דעמאנסטראציעס, וואס האבן ב"ה געברענגט א גרויסע פארלייכטערונג פארן יהדות החרדית אין ארצינו הקדושה
און עס איז אמת אז מען האט נישט פאררופן סתם אזוי קיין פראטעסטן. נו זאל ער זאגן וואס מיינט סתם אזוי? אפשר אן דעם וואס מען זאל זיך דורכרעדן מיטן מאנראוער צדיק?
איז עס נישט גענוג אז די ערליכע אידן אין ירושלים עיה"ק לאזן זיך האקן און שלאגן במשך די זומער וואכן, אז מיר אין אמעריקע זאלן כאטש סוף זומער רויסקומען מיט פראטעסטן דערקעגן???
און דאס זעלבע בנוגע די הדסה שפיטאל, וואס מוז נאך געשען אז מיר אין אמעריקע זאלן ארויסקומען שרייען געוואלד קעגן דאס רשעות קעגן א ערליכע מאמע??? (במאמר המנוסגר מוז איך צוגעבן, אז בנוגע די פרשה פון די מאמע האב איך נאך א לימוד זכות אויפן מאנראוער צדיק, אז דאס איז דאך זיין פאך צו נעמען משפחות און זיי צעברעכן מיט פאלשע בלבולים אשר תסמר שערות אנוש וד"ל).
און צום סוף קומט דער פאנטשליין: באמת האט דער מאנראוער צדיק יא געטאן איבער הדסה אבער מען קען נישט רעדן דערפון...