בית פורומים אחים אנחנו

העסקן הנכבד ר' יעקב יואל באנדא ע"ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/10/2009 02:04 לינק ישיר 
העסקן הנכבד ר' יעקב יואל באנדא ע"ה

מיט שאק און טרויער און טיפע צער האבן תושבי קרית יואל אויפגענומען די ביטערע בשורה אז הרה"ח המפואר עסקן נמרץ לצרכי הכלל ואיש החסד בלב טוב ר' יעקב יואל באנדא ע"ה האט ליידער אויסגעהויכט די נשמה הארט ביים כניסת השבת דעם פארגאנגענעם שבת פרשת בראשית

עס איז נישט געווען ערווארטערט נאכדעם וואס ער איז שוין געווען אין א ריהעב און האט זיך געהאלטן אינמיטן ערהוילן, אינדערצייט וואס די דאקטוירים האבן אויסגעדריקט גרויס האפענונג אז בקרוב וועט ער קענען זיין צוריק געזונט ממש כמקדם, מען האט געווארט ער זאל צוריק קומען צו די כוחות כדי מען זאל קענען מאכן א נויטיגע אפאראציע אויף זיין הארץ וואס איז געווען שוואך, אבער ליידער האט ער דעם פרייטאג ביים זמן אויסגעהויכט די נשמה -ווארשיינלעך פון א הארץ אטאקע- עטליכע מינוט נאכדעם וואס ער האט גערעדט מיט זיין זוהן שיחי' וואס איז דארט געווען.

די גאנצע חרדי'שע וועלט איז אין שאק מיט די פארלוסט פון אזא געטרייע בעל חסד ולב טוב ובפרט איז דאס א טיפע ווייטאג פאר קרית יואל'ע אידן וואס האבן אסאך געניסט פון אים און פון זיין עסקנות לטובת הכלל.

פרטים איבער די לוי' איז נאכנישט באשטימט, ווי אויך איז נאך א מדובר ווי מען גייט אים לייגן (ביי די ארוינים אוודאי נישט) נאכדעים וואס ער האט געהאט געקויפט א חלקה ביי בני יואל נאכדעים וואס מען האט געסטראשעט די משפחה אינדערצייט וואס די שקצים האבן נאך געקענט סטראשענען, מען רעדט אז מען גייט אים מעגליך לייגן אין די נייע חלקה, פרטים יבואו



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2009 03:32 לינק ישיר 

הרה"ח עוסק בצ"צ באמונה ר' יעקב יואל באנדא ז"ל
כי לקח אותו אלקים ואננו, ער איז אינגאנצען אלט געווען 61 יאר
עש"ק פ' בראשית כ"ט תשרי תש"ע פרייטאג צונאכטס בעת כניסת השבת 7:00 אזייגער האט ער פליצלונג אנגעהויבן שווער צו אטעמען, האט זיין זון שנעל געריפן די נורס, בשעת זי איז געלאפן ארויס ברענגען אקסעשין האט ער פליצלינג אויסגעהויעכט זיין טייערע נשמה,

עס ווערט יעצט צוגעגרייט די חלקה אויפן נייעם חלק פון ביה"ח דקהל יטב לב זסאטמאר
און די חברה קדישה דקהל יטב לב וקהל בני יואל וועלן מאכען די טהרה.
באלד וועט מען מען וויסען מער פרטים 



תוקן על ידי 1satmar ב- 18/10/2009 3:36:16




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2009 04:17 לינק ישיר 
אפדעיט


די טהרה וועט פארקימען אין מקווה טהרה דקהל חרדים

והלויה תתקיים בשעה 11-12:00 לפני ביה"מ הגדול דקהל חרדים ד'סאטמאר 2 ווען ביורען 
 
לביה"ח חלקת החדש דקהל יטב לב ד'סאטמאר 


תוקן על ידי 1satmar ב- 18/10/2009 4:38:01




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2009 04:25 לינק ישיר 

חבל על דאבדין א גאר זעלטן טייערע איד א געוואלדיגער בעל חסד און א לב טוב
און באליבט ביי יעדן וואס איז מיט איהם געקומען אין בארירונג.

יהא זכרו ברוך




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2009 04:54 לינק ישיר 

חבל חבל! יעדער יוד וואס איז נאר אמאל געקומען מיט אים אין בארירונג זאל דאס זיין אין דיימענד קלאב 47 ווי ער איז געווען דער פרעזידענטף צו אין ק''י ביי עסקנות, ווייסט צו דערציילן נאר גוטס, א טייערע יוד, יא, די גוטע יודן דארף מען דארט אויבן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/10/2009 04:58 לינק ישיר 
ר' יעקב יואל באנדא ע"ה בימין, ולהבחל"ח הרה"ח ר' מאיר ראטה שליט"א



תוקן על ידי 1satmar ב- 18/10/2009 4:59:09




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2009 05:37 לינק ישיר 

ארונים האט געבעטן 28 טויזענט דאללער ווייל למעשה איז געווען א גרויסער בעל מחלוקה
די משפחה האט נישט געוואלט באצלען די געלט נאר 10 טויזנט
למעשה האט זיך קהל געהאלטן פעסט אז מען גייט נישט נאך געבן פאר די מחוצפים

SatmarNews: Aronim rshuim asking family $28,000, family says NO!!! He will be buried in the new chelke of khal yetev lev, now making tahara. BT

 JBN: [Picture]: http://twitpic.com/5kitd - Mayor Bloomberg with Yakov Yoel Banda at a groundbreaking of Intl Gem Tower on 47st


תוקן על ידי SatmarBum ב- 18/10/2009 5:38:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2009 05:50 לינק ישיר 
אפדעיט 11:50

מען האלט נאך פאר די טהרה
פאר א שעה וועט נישט זיין די לווי'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2009 06:20 לינק ישיר 

דאס האט תלמידי רבינו ארומגעשיקט
Levaya of R' Yakov Yoel Bandau A"H 12am aprox front of Bhm"d Yetev Lev
KJ (V. Moshe). Then to new bais hachaim. Besiros tovos.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2009 06:35 לינק ישיר 

SatmarBum כתב:
ארונים האט געבעטן 28 טויזענט דאללער ווייל למעשה איז געווען א גרויסער בעל מחלוקה
די משפחה האט נישט געוואלט באצלען די געלט נאר 10 טויזנט
למעשה האט זיך קהל געהאלטן פעסט אז מען גייט נישט נאך געבן פאר די מחוצפים

SatmarNews: Aronim rshuim asking family $28,000, family says NO!!! He will be buried in the new chelke of khal yetev lev, now making tahara. BT

 JBN: [Picture]: http://twitpic.com/5kitd - Mayor Bloomberg with Yakov Yoel Banda at a groundbreaking of Intl Gem Tower on 47st


תוקן על ידי SatmarBum ב- 18/10/2009 5:38:25

 



שקר וכזב איך האב גערעדט צו איינעם פון די משפחה, לויט ווי ער טענה'ט האט מען ניטאמאל פארהאנדעלט מיט די ארוינים, די משפחה האט קיינמאל נישט געהאלטן ביים באצאלן א פעני פאר זיי, און עס איז לכתחילה נישט געווען קיין רעדע אים צו לייגן אינטער זייערע פארשאלטענע לאפעס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2009 06:56 לינק ישיר 
אפדעיט 12:50AM

מען האלט שוין נאך די טהרה
ביז 5 מנוט וועט זיין די לווי'
ביים ביהמ"ד דקהל חרדים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2009 17:12 לינק ישיר 

סאיז ממש א נחת צי זען יעצט וויטער ווי ערליכע קהילות העלפען זיך ארויס אין צייט פין נויט די חברה קדישה פין קהל בני יואל האט געמאכט די טהרה אין בית המדרש פין קהל חרידים אין די בני יואל חברה קדישה האט עם בערדיגט אין די חלקה פין קהל יטב לב סמוך ונראה צים ציון פין רבי'ן ז"ל דער אייבישטער זאל העלפען אז מזאל זיך פארענען נאר אויף שמחות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2009 17:41 לינק ישיר 

ליידער איז די משפחה אויך פון די פארפייניגטע פון די גרויזאמע האנט פון דעם בארבארישן פירער פון קרית יואל, תיכף נאכדעם וואס הרה"ח ר' יעקב יואל איז נישט מער געדאכט אוועקגעפאלן פון א מאסיוון הארץ אטאקע, ליגנדיג אין שפיטאל שוועבנדיג בין החיים, האבן די בארבארן אנגעקאלט און טעראריזירט אז אויב מען וועט נישט תיכף באצאלן ריזיגע אומדערהערטע כאבאר, וועט מען אים נישט לאזן באגראבן, עס דארף אפילו נישט אויסגעשמועסט ווערן וויפיל רציחה עס ליגט אין אזא אקט.
דאס איז געווען נאך פאר קהל יטב לב האט מקדש געווען די נייע חלקה.

מענטשן וואונדערן זיך וויאזוי ר' אהרן שעמט זיך נישט אנצופירן מיט אזא רשעות אפאראט פון פייניגן יעדן ציבור און יחיד וואס נאר מעגליך.
דעם תירוץ האב איך געהערט פון אן ערליכן איד, אז במשך די לעצטע יארן האט ער פרובירט זיך אהערצושטעלן מיט א פאלשן שלייער אז ער טשעפעט נישט קיינעם, ער איז שוין א מענטש, און ער זארגט זיך פארן ציבור, ער מאכט תקנות וכדומה, ס'איז געווען א חשש אז מען זאל חלילה נמשך ווערן צו אים, האט השי"ת געהאלפן ער האט זיך אויפגעפירט מיט זיין אמת'ן פרצוף, כדי די קהלות פון בני יואל און קהל יטב לב זאלן זען וויאזוי ער פירט זיך אויף און קענען גרינג מסביר זיין פאר די קינדער וואס מען האט זיך אנגעליטן פון אים די לעצטע 25 יאר אין קרית יואל.
אויך זענען דא וואס האבן מיטגעהאלטן די רשעות'ן וואס ער האט אפגעטאן פאר זיינע אייגענע מענטשן און איינגעשטעלטע שלא על פי תורה, און וויאזוי קהל יטב לב מיט מוסדות ויואל משה האבן געמוזט ראטעווען את העשוק מיד עושקו.

איך מוז נאך צולייגן ביים ענדע, אז עס קלינגט מיר נאך אין די אויערן די שטימע פונעם נפטר ע"ה, וועלכער האט געהאלטן אז ער וועט קענען ברענגען שלום און איבערבעטונג אין קרית יואל, צו ארבעטן לטובת אלע חשוב'ע תושבים, זיכער צו מאכן אז קיינער ווערט נישט בא'עוולה'ט, מיט זיין עקספיריענס אין דיאמנטן האנדל האט ער געמיינט אז ווען מען איז גוט צו יעדן, קען מען לעבן בשלום מיט יעדן.
וואס ער האט נישט געוואוסט, אז ווען א מענטשן מיט עספערדזשערס סינדראם וואלט געארבעט אין דיימאנטן וואלט דארט אויך קיינמאל קיין שלום נישט געווען.
יעצט אז מען האט אים געלייגט סמוך ונראה צו רבינו הקדוש זי"ע,
זאל ער זיין דער גוטער בעטער אז דאס רשעות זאל שוין אפגעטאן ווערן פון אידישע קינדער, און פון דעם הייליגן שטעטל "קרית יואל" וואס טאקע נקראת על שמו.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2009 18:15 לינק ישיר 

אינטרעסאנט, זעליג פריעדמאן דער איידעם פין יעקב יואל באנדא האט מיר האנט געזאגט אז מען האט קיינמאל נישט אנגערופן צו בעטן געלט און אז דער פוסק הדור איז סתם א שקרן, אגב, ר' ליפא קויפמאן לרפ''ש זאגט אז ער האט נישט געוויסט אז אביש וויינבערגער אין הלל דוב גאנז זענען אהרונים ווייל ער האט גיהערט אז די אהרונים קומען אין שפיטאל צו קראנקע פארפירן אין סטראשן אז מען זאל זיי געבן געלט פאר א קרקע אין צי עם זענען נאר גיקומען אביש אין הלל דוב גאנז פארפירן אין צווינגען צי געבן געלט פאר א חלקה.,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2009 19:12 לינק ישיר 

מי שיש לו מח בקדקדו פארשטייט אז ווען דו וואלסט היינט גערעדט מיט אים, וואלסטו עס נישט געפאוסט דא...,


גיי פארקויף דיינע געבעקסן ערגעץ אנדערש.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/10/2009 20:47 לינק ישיר 

גערעכטער
האסט שוין איינוועגס אויך געפרעגט ר' זעליג צי ס'איז אמת אז ר' אהרן האט אפגעהאקט עלעקטריק פאר א אידישע שול אין חודש תשרי.
האסט שוין איינוועגס אויך געפרעגט אויב ס'איז אמת אז ר' אהרן האט אפגעהאקט סוער פאר אידן.

מיר בעטן ביים דאווענען
מי שברך אבותינו אברהם יצחק ויעקב. הוא יברך... 
ומי שמיחדים בתי כנסיות לתפלה. ומי שבאים בתוכם להתפלל. 
ומי שנותנים נר למאור.
און וואס איז מיט איינעם וואס איז מבטל בתי כנסיות, און ער האקט אפ נר למאור.


די תורה הקדושה זאגט (דברים כג יד)
ויתד תהיה לך על אזנך והיה בשבתך חוץ וחפרתה בה ושבת וכסית את צאתך.
נאך א פסוק (ויקרא יא מג) אל תשקצו את נפשתיכם.

קומט ר' אהרן און טוט פעולות מבטל צו זיין מצות עשה'ס דאורייתא'ס
און מצער זיין הונדערטער אידן אין די הייליגע טעג,

אפילו אויב ער האט צוריקגעהאלטן נאר איין איד פון קענען ארויסגיין טאן זיין געברויך,
האט ער אים מכשיל געווען מיט איסורי דאורייתא.

ווי ווייט האלט ער נעבעך פון די אמת'ע ערליכע אידן פון אמאל,
וועלכע זענען ארומגעגאנגען אין די שולן ערב יום הכיפורים
לייגן אשר יצר פאפיר, מזכה צו זיין דעם רבים.

ס'איז זייער א גוטע זשאוק, ווען אן אהרוני זאגט "זאלן זיי זיך באמאכ....".
אבער דער וואס איז דאס גורם איז א "חוטא ומחטיא את הרבים".

אויף די בני יואל אידן איז געזאגט געווארן דער פסוק "לא תירא מפחד לילה, מחץ יעוף יומם מדבר באפל (ראשי תיבות א'הרן ב'ן פ'עסל ל'אה) יהלך..."




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > העסקן הנכבד ר' יעקב יואל באנדא ע"ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext