בית פורומים אחים אנחנו

אתרוג: באבוב'ער רבי (45) ווערט ראש ישיבה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/10/2009 01:09 לינק ישיר 
אתרוג: באבוב'ער רבי (45) ווערט ראש ישיבה

היסטוריה בבאבוב: כ"ק האדמו"ר מבאבוב שליט"א יכהן גם כראש הישיבה

אתרוג

http://tog.co.il/he/TorahNew.aspx?id=1834




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 18:07 לינק ישיר 

וואס איז די ציל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 22:28 לינק ישיר 

עס איז נישט קיין שום ציל, עס איז זייער פשוט, דער רבי אליין איז געווען ראש ישיבה ביז ער איז געווארן רבי און האט פארגעלערנט פיינע שיעורים, האט ער געוואלט ווייטער ממשיך זיין, זיין חיות איז פון לערנען, [איך האב נישט מיט באבוב גארנישט אבער עס איז א דבר ידוע אז ער איז אלעמאל געווען פארעכנט אלס א תלמיד חכם און גאר חשוב'ע אינגערמאן]




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 23:28 לינק ישיר 

פאר די וואס פארשטייען נישט וואס דא גייט פאר:

די מדובר איז פון הר"ר מרדכי דוד אונגאר הי"ו א אייניקל פון רב ז"ל

על כגון דא נאמר איזהו חכם המכיר את מקומו, אשאד נאר אז דאס האט פאסירט אביסל צו שפעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 23:49 לינק ישיר 


מה ענין שמיטה אצל הר המנוחות?
דוכט זיך מיר אז עס איז פארהאן אַ באזונדערע פורום אויף די ענינים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 23:55 לינק ישיר 

יעדער איז מכובד און מוזמן צו רעדן וועלכע סיי וועלכע נושא!
ביטע פארשיק נישט קיינעם, יישר כח.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 00:02 לינק ישיר 

יישר כח לכבוד הר"ר מיכל וואלף שליט"א

און א דערמאנונג: אחים אנחנו רופט זיך אלץ "א פארברענג ארט פאר חסידישע יונגעלייט"

די אינטענסיווע באשעפטיגונג מיט אהרוינים זאלוינים זאלוינים אהרוינים טיט נישט אינטערעסירן אלע חסידישע יונגעלייט אויפן גלאבוס

ס'זענען דא אנעדערע טעמעס אויך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 00:09 לינק ישיר 


אוקעי, איך צו צוריק, איימסארי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2009 00:18 לינק ישיר 

ווי איך קוק עס אן קען זיין איך בין 
wrong אז זיינע מוסדות מוטשענען זיך זייער שטארק פינאנציעל
און א געלונגענע ראש ישיבה קאסט א טייערן פרייז
איז ר' מרדכי דוד אלס א געטרייער רבי פאר זיינע חסידים און זייענדיג פעאיג דערצו
זייענדיג אלע יארן א בארימטער חשובע תופס ישיבה זיך אנגעטראגן אליינס עס
צו נעמען אויף זיך  




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2009 00:37 לינק ישיר 

שכלדיג מ'האט נישט געמיינט אייך בדווקא, נאר דעם עניין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 05:22 לינק ישיר 

אז א רבי פין א גרויסע חסידות איז מוכן אוועק צו ווארפן אלעס 3 מאל א וואך אין גיבט זיך אפ מיט בחורים , דאס ווייזט אויף די דרך המחשבה פין דעם מענטש, ער וויל זיין א מרביץ תורה, ער וויל משפיע זיין אויף זיינע בחורים, אז ער האט ליב צו לערנען.

פאר אונז היידפארק שרייבערלעך מיינט עס גארנישט, די באלקעני מאך חוזק ביים שרייבן אייניקל אונגער אין די העלד מאך זיך צו נער כאילו מ'זוכט צו שפארן געלט, אבער פאר דעם רבי'ן מיינט עס אסאך, 3 מאל א וואך אפשפארן די קרעטשע פאר א מנהיג פין אזא גרויסע פארנעם איז א גרויסע פעולה, אינדערצייט וואס אונז וועלן שוין פארגעסן פין די נייעס וועט ער ממשיך זיין צו מחנך זיין זיינע בחורים.

ביי מיר האט דאס אויפגעוועקט א פינטל פין האפענונג זעהנדיג אז ס'איז נאך דא רבי'ס "נישט פין פריעדיגן דור" וואס נעמען אהן זייערע פאסטן מיט אן אחריות אין זייערע קאפ ליגט אין הרבצת התורה מיט חינוך הבנים.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 17:27 לינק ישיר 

האטבייגל

גוט געזאגט נאר אשאד ער האט זיך דערמאנט אפאר יאר שפעט, קיינער האט אים נישט געצווינגען צו ווערן אויס ראש הישיבה, ער האט אליינס מחליט געווען אז רביסטעווע איז אים וויכטיגער, יעצט איז שוין נישט קיין נפק"מ וואס ער טוט, אלעס איז PR



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2009 18:22 לינק ישיר 

וואס ווילסטו פין איהם? האט ער געהארגעט די באבובער רבי ז"ל?

זיין שווער איז אוועק פין די וועלט אהן זוהן האבן זיינע 2 איידעמער איבערגענומען זיין אמט.

וואלסט געמעגט שרייבן מיט מער דרך ארץ אויף א מנהיג ישראל וואס זוכט צו אויפטוהן פאר אידישקייט.

חוץ פין דעם, הרבצת תורה ברבים איז א PR וואס מ'גיבט אויבן אין הימל גן עדן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 18:33 לינק ישיר 

דער שווער איז טאקע אוועק כדרך כל הארץ די איידעמער האבן אים נישט גע'הרג'עט אבער באבוב האט פארמאגט א רב הצעיר! קיינער האט נישט געהייסן דעם ראש ישיבה אויפגעבן זיין אמט, ער האט דאס אליינס בוחר געווען, ביי אים איז ראביסטעווע חשובער פון ראש ישיבהשאפט זאלט איר נישט דרייען א קאפ אז די ישיבה ברענט אים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2009 19:41 לינק ישיר 

איך בין נישט באבוב'ס פארטייגונג מיניסטער.

דיין פשעטל וואלט געקענט האבן הענט מיט פיס אויב די מצב וואלט געווען אז רמ"ד וואלט געבליבן אין די גרויסע בימ"ד.

אבער קומען זאגן אז אפילו זייענדיג אויף די גאס איז ער א רבי וואס האט זיך ארויפגעווארפן אויף זיינע חסידים איז זייער נישט שכל'דיג.

זעהט אויס אז די חסידים וואס פארשטייען אז רב הצעיר דארף זיין ממלא מקום זענען געבליבן ביי רב"ץ אין די וואס האלטן אנדערש זענען געגאנגען צו רמ"ד.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 19:58 לינק ישיר 

יפה דברת

ער איז א גאסן רבי נישט א באבובער רבי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > אתרוג: באבוב'ער רבי (45) ווערט ראש ישיבה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext