די אהרונים אין בעקעריי פארום זענען פארנומען אז די זאליס אין ראדני געבן קידוש יעדן טאג,
ווען מען לייגט ל"ע נפטרים אין די נייע חלקה אויפן בית החיים דקהל יטב לב אין קרית יואל.
די אהרונים מיט זייערע מדות מגונות, און מיט די מדות טובות וואס זייער רבי לייגט נעבעך אין זיי אריין
איז נישטא קיין שום ערנסטקייט, ביי זיי איז אלעס פאליטיק, און אויב חלילה א איד ווערט נעדר רח"ל
און עס בלייבן אלמנות ויתומים מיט פארווייטאגטע משפחות, אינטרעסירט דאס זיי גאנץ ווייניג, אויב
עס האט פאליטישע פארטייאישע בענעפיטן.
די מינימום אידישע מדות פון "רחמנים ביישנים גומלי חסדים" עקזיסטירט נישט ביי זיי אפילו פאר אידן
אין צייט פון זייער נויט.
אין זייער דמיון טראכטן זיי אז עס איז בכלל מעגליך ווען א איד ווערט נפטר און מענטשן זענען בצער
זאל מען זיך פרייען אדער געבן קידוש, צוליב זייטיגע זאכן.
ליידער ליידער האבן מיר מיטגעהאלטן וויאזוי די תלמידים פון ר' אהרן האבן געטאנצן הקפה ניגונים
אונטער די פענסטער פון זייער רבינס אפיס, בשעת מען האט באנייט א בית החיים ווען א טאטע
פון א שטוב מיט פיצעלעך יתומים איז אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארן.
ניין!
זאליס געבן נישט קיין קידוש ווען אידן זענען שרוי בצער, און באוויינען א פארלוירענעם משפחה מיטגליד.
נאר וואס יא, די גרויסארטיגע "קידושים" אין 5 צאנז קארט ביי יעדן זאלי איז ל"ע אוועק פון די וועלט
(געווענליך פון ר' אהרן'ס קללות) דאס האט זיך אויפגעהערט.
ווייל די וואך אליינס האט מען אפגעראטעוועט "פערציג טויזנט דאלער", פון משפחות המתאבלים,
און צוגאבן וואס זיי וועלן נאך שפארן גרויסע געלטער אויף די מצבות.
און בדרך אגב רבי יונה, "חסד של אמת" איז נישט א דזשאוק זאך. אפשר ביי די אהרונים...