לאמיר זיין אויפריכטיג
די עצם זאך אז די אהרונים האבן פארכאפט דעם בית החיים, אויב דאס בלייבט אזוי אין די געריכטן
איז דאס א געווינס פאר זיי. סיי אלס שויות פון געלט, און סיי סימבאליש.
ווען זיי וואלטן זיך אויפגעפירט ווי נארמאלע מענטשן, וואלן זיי דאס געקענט נוצן אלס גרויסער געלט קראן.
אבער וויבאלד זיי האבן דאס געוואלט נוצן אלס פאליטישע "גאן" און געטשעפעט מענטשן מיט גרויס אכזריות, און דערצו געבעטן אומנארמאלע אסטראנאמישע סכומים פון משפחות, האבן זיי עובר געווען אויפן "תפשת מרובה לא תפשת"
און קהל יטב לב האט געמוזט מקדש געווען די נייע חלקה, וואס האט אפגעשטעלט די טעראר מיט די געלט מאשין.
בנוגע הופער סטריט, זיכער איז א געווינס פאר די זאליס אז זיי האבן פארטריבן די אהרונים קיין הופער, אויף דעם איז דאך געווען דער עיקר קאמף.
אבער למעשה האט די אהרונים נישט געהאט קיין ברירה, און געמוזט פארלאזן ראדני,
און כאטש אין ראדני זענען די אהרונים געווען רוב, האבן זיי נישט געהאט די מעגליכקייט עס איבערצונעמען ווייל זיי האבן זיך נישט געקענט שלאגן מיט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און מיטן רב הקהלה כ"ק אדמו"ר שליט"א. פון וועמען די אהרונים האבן נישט געוואלט מקבל מרות זיין.
ממילא איז עס א בחינה פון ההכרח לא יגונה ולא ישובח.
ווייל אויב די אהרונים וואלטן פארבליבן אין ראדני און נישט געעפנט הופער, וואלטן זיי שוין היינט געווען חרוב ונחרב. די מלחמה דערקעגן איז באמת געווען זינלאז פון די ערשטע מינוט.
אין מאנטריאל איז לכאורה די סיטואציע ענדליך, כאטש די זאליס זענען רוב, און האבן אפילו געווינען די וואלן, דאך האט מען קיינמאל נישט געקענט עכט איבערנעמען די קהלה
ווייל דער רב "מישט זיך נישט" און האט נישט קאאפערירט.
די איינציגסטע חילוק איז אז אין מאנטריאל האט יעדער מסכים געווען (ביז יעצט) צו בלייבן אן א "בנשיאות". האט עס געקענט ארבעטן.
גערעכטער
די אהרונים האבן אסאך שאדן געהאט ווי געשריבן,
די 1800 דארף מען נישט געבן צו ליגן, ליגן קאסט נישט קיין געלט.
די 1800 (אדער 1200) איז א "התחייבות" וואס רבינו שליט"א און די בי"ד האבן ארויפגעלייגט אויף יעדן מעמבער, נישט קיין חילוק ווי מען פלאנט צו ליגן.
די מעלות פון די נייע חלקה לגבי ניו דזשורסי איז זייער פשוט, קודם כל איז עס סמוך ונראה צו רביה"ק זי"ע
צווייטנס איז עס אין קרית יואל, וואו ס'איז זייער גרינג אנצוקומען ביום היארצייט, און רופן א מנין ועוד.
אדער ערב ראש חודש, ערב ר"ה וכדומה..