רבותי תושבי ק"י שרייבט אייך איין!!
איך האב באקימען דעם אימעל אין אזוי ווי איך האלט דערפין לייג איך עס דא ארויף
רבותי אזוי ווי דער אייבישטער האט געהאלפן אין דע כת סבלנים אין רוצחים האבן נישט געקענט דארעך פירען זייערע פינסטערע פלענער אקען בית רבינו דעס האט נאר פאסירט ווייל אינזער עולם איז זיך ציזאם געלויפן אבער לאמיר זיך נישט פאפען דע סבלנים זענען נישט פארטיק סאיז זעכער אז דע רוצחים פלאנירן ווייטער וואס צי טיען אין שעדיגען ווייטער אינזערע פארמעגען אין מדארף זיין גרייט על כל צרה שלא תבוא צי קימען לויפן צים בית המדרש אדער סיי ווי זיי ווילען טיען רשעות לאמיר אנכאפען איין משל סאיז זעכער א טאמער מיר לויפן זיך צוזאם דעם פארגאנגענען ראש חודש אלול ווען דע רוצחים האבן אפגעהאלטן אינזער אימפארגעסליכען ידיד הרה"ח ר עיזואל ע"ה וואלטן זיי נישט געקענט אפהאלטן די קבורה, אין אזוי ווייטער
ווער עס איז גרייט צי קימען לויפן ווען עס פעלט זיך אויס דער אייבישטער זאל העלפן סזאל נישט אויס פעלען זאל מוחל זיין אין שיקען א TEXT פין זיין סעל צי [email protected] אין מיר וועלען ארויס שיקען א אלערט פאר אלע איינגעשריבענע אין צייט פין א אמערשענסי ווי מריפט עס א 911 קאל מיר וועלען נישט שיקען סטם נייעס פאר די איינגעשריבענע
מיטען אייבישטערס הילף וועלן מיר זיי בייקימען אזוי כלל ישראל איז ביי געקימען אלע רשעים אין אלע דורות געדעק סאיז פשוט פיקוח נפש זיי זענען גרייט געווען אויף רציחה ממש פאריגע וואך די טראקטער האט אנהויב געשטיפט מענטשען מיט די גאפעל רח"ל
תוקן על ידי יוספ7 ב- 25/10/2009 19:08:23
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 25/10/2009 20:12:15
 |
|
|