יא די סיבה פארוואס ער לויפט ארום צו אלע רבי'ס ווער ס'איז נאר גרייט צו עפענען די טיר,
איז ווייל ער האט ער זיך זייער באשמוצט אין די אידישע גאס מיט הייסן שטימען פאר דער פרייען ראש העיר.
עס ווערט צוגעשריבן פאר זיין קרעדיט די פארמערטע חילול שבת אין ירושלים.
א שטיק צייט האט ער כמעט געהייסן דער "אויפטוער פון כלל ישראל",
אבער ווען צוליב פריוואטע נגיעות, די בחירות אין ביתר, האט ער אויפגעגעבן אלע זיינע "יסודות",
און אריינגעברענגט א פרייען ראש העיר צו פארמערן חילול שבת וכל מרעין בישין אין ירושלים
אין די צייט וואס ער האט מכלומר'שט געקעמפט פאר'ן שבת (למשל ביי שפע שוק)
איז זיין גלאנץ שטארק אראפ.
פארשטייט זיך אז אלע טירן זענען נאך אלץ אפען פאר אים, ווייל ער איז פארט א מנהיג פון טויזנטער אידן
אפילו מען האלט נישט פון אים.
ובכלל ווען א גערער רבי קלאפט אויף די טיר זאל מען זיך וואגן נישט צו עפענען...