די גאנצע אידישע וועלט איז אויפגעטרייסלט געווארן נאכדעם וואס דער וואויל בארימטער דאקטער און פסיכילאג הרב חיים ווייס איז ליידער טראגיש אומגעקומען אין א עראפלאן קראך אין די געגענט פון ווערמאנט אין עלטער פון 60 יאר.
הרב חיים ווייס דינט שוין אלס חרדישער פסיכילאג דינענדיג געטריי זיינע פאציענטן.
באלד ווען דער טראגעדיע האט פאסירט האט זיך דער וועלט בארימטער און העלדישער עסקן הרב אייזיק לידער אריינגעווארפן אין די ארבעט אינאיינעם מיט די וועלט בארימטער ארגאניזאציע חסד של אמת וועלכע געפינען זיך אויפן ארט און מאכן זיכער מיט די אויטאריטעטן אז דער נפטר זאל געברענגט ווערן צו קבר ישראל כדת וכדין, דער נפטר וועט געברענגט ווערן אויפן לקבורה אויפן הר המנוחות אין ירושלים.
בשורות טובות!