פרישע ספין... ר' מענדל זילבער אויף לאנדאן
ווי באקאנט האט ר' חיים וואזנער די רב פון סאטמאר לאנדאן זיך אפגעזאגט פון די רבנות אין לאנדאן און איז געפארן זיך באזעצן אין ארץ ישראל צו זיין לעבן זיין טאטען הרב וואזנער שליט"א.
סאטמאר לאנדאן האט יעצט נישט קיין רב, נישט די זאלי'ס און נישט די ארוינים.
די ארוינים פראבירן יעצט זייער שטארק צו ברענגען אויף לאנדאן ר' מענדל זילבער און מיט דעם האפן זיי 'מסדר צו זיין' די זאלי'ס.
קען זיין אז ר' מענדל וועט פארן ווייל פרנסה דא גייט זייער שווער בעיקר צוליב דעם וואס די שטרות ביזנעס האט כמעט אינגאנצן געקראכט זייט די אקאנאמי האט זיך אויפגעריסן און מ'בויט כמעט נישט קיין נייע דירות, די אלטע כאפן די בעלי בתים אן מיט ביידע הענט נישט וועלענדיג פארקויפן פאר ביליג האפענדיג אז די פרייזן ווען ארויפגיין, אויך זענען די דין תורות געפאלן אויך צוליב דעם וואס מער און מער אידן ווענדן זיך צום געריכט רח"ל אבער בעיקר ווייל בעלי דינים מאכן זיך אליינס פשרות כדי אויסצומיידן די הויכע קאסטן פון טוענים און בוררים וכדו', דעריבער קען זיין אז ר' מענדל וועט מחליט זיין אז אויב נישט קיין געלט זאל כאטש זיין כבוד ס'בלייבט אבער א גרויסע פראגע צייכן אויב ר' מענדל וועט אנעמען די אזוי געריפענע כבוד וואס וועט זיין באגלייט מיט ....
דערווייל האט נאך ר' מענדל נישט געמאכט קיין החלטה אבער די ארוינים שיקן שוין ארום מעסעדשעס אז ס'איז שוין א פאקט
ר' מענדל זילבער אב"ד סאטמאר ארוינים לאנדאן.
איך גלייב אז ס'וועט בלייבן ביי ר' מענדל זילבער אב"ד סאטמאר ארוינים לאנדאן וויליאמסבורג.
 |
|
|