בית פורומים אחים אנחנו

מכל מלמדי השכלתי - ווערטער אויסטויש - וועגן אראבער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/10/2009 02:50 לינק ישיר 
מכל מלמדי השכלתי - ווערטער אויסטויש - וועגן אראבער



די בילד האט איין איד ארום געשיקט צי אסאך אימעיל אדרעסען
 
בצירוף די ווערטער:

"מכל מלמדי השכלתי" 






דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2009 02:51 לינק ישיר 


האט איינער רעאגירט דערויף מיט די שארפע סטעיטמענט:

"דו עקלדיגער אראבער!
מכל מלמדי השכלתי, האסטו מסתמא אויך אינזינען דאס וואס דער שמייליגער גוי דארט
טראכט אז הלואי ער קען פארברענען אלע אידן - אנע אונטערשייד..
רחמנא ליצלן! שעם דיך מיט דיין קרומע וועג"!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2009 02:52 לינק ישיר 

האט מען עם געענטפערט:


די שרייבסט טאקע בדרך גנאי - אז די האסט נאך אין זיך א ביסל יראת שמים דארפסטי איבערבעטן - אז נישט איז דיין גאנצע "קול מלחמה במחנה" איז א פאלשע מלחמה וואס קומט פון שנאה און האס, און דיין קנאות איז פאלש און געבויעט אויף שלעכטע פארדארבענע מידות.
 
איך וועל דיך אבער שרייבן בדרך כבוד, ווייל איך פארמאג כבוד צו א יעדן איד אפילו אויב ער האלט א ביסל אנדערש ווי מיר, ווייל איך גלייב אז ער מיינט לשם שמים (פארשטייט זיך מ'רעדט נישט פון מינים ומתחבריהם ח"ו)
 
איז אזוי:
 
האלטן אז א יעדער אראבער וויל הרג'ענען אידן - איז הויל ציוניסטישע פראפאגאנדע. ליידער ליידער, אסאך אזויגערופענע סאטמארע אידן ווערן אנגעפיטערט פון די ציוניסטישע אגודיסטישע צייטונגען וואס העצן די סאטמארע מאססן פיינט האבן איינער דעם צווייטן און פיינט האבן די אראבער.
 
די פאקט איז, אז היינט!! נאך איבער 60 יאר וואס די ציונים שחט'ן, הרג'ענען, רצח'ענען, די אראבער. ציווארפן הייזער, מאכן חרוב גאנצע שטעט, לענדער, אא"וו פון אראבער,
 
מיט דעם אלעם:
 
וואוינען צענלדיגע טויזנטער אידן אין אראבישע און מוסלמעינישע לענדער, ווי מאראקא, איראן, טוניס (דזשערבע) און אפילו אין סיריע, און נאך פלעצער. און ווען נישט אז די ציונים ימ"ש האבן שווער געארבעט ארויסטרייבן די אידן פון דארט (אויך דורך טעראריסטישע וועגן כדרכם, ווי למשל לייגן באמבעס אין שולן און זאגן אז די אראבער האבן עס געטון [די וואלסט זיכער געגעבן רעכט צו די ציונים אין אזא א פאל, ווייל די אראבער זענען דאך ררררררוצחים]) וואלט געקענט זיין אסאך מער. אסאך אידן זענען נישט דארט נישט צוליב די אראבער, נאר צוליב די ציונים.
 
די אראבער זענען קעגן איזראעל, קעגן די ציונים וואס האבן בארויבט זייער לאנד, און קעגן זייערע גרויזאמע מערדער-אקטן קעגן די גאנצע פאלעסטינישע באפעלקערונג, אריינגערעכנט עלטערע, קינדער, און פרויען. זיי האבן גארנישט מיט אידן!!!!! נאר מיט א פאלק, צופעליג מיטן (גע'גזל'טע) נאמען "איזראעל" וואס האט זיי אלעס אפגעטון. ווען ס'איז אמעריקע צי פראנקרייך וואלט די רעאקציע געווען דאס זעלבע.
 
און טאמער מאנכע האבן יא פיינט אידן איז דאס ווייטער צוליב די ציונים, דארף מען זיי פיינט האבן, און פראבירן מאכן אן השתדלות פארן מקיים זיין "לא תעמוד על דם רעך", און אנזאגן די אראבער אז אידן און ציונים איז צוויי פעלקער וואס האבן פיינט איינער דעם צווייטן.
 
אפילו אויב די אראבער וואלטן טאקע יא פינט געהאט אידן וואלט מען נישט געטארט טיען דאס וואס די טיסט ווייל דו שפילסט אריין צו די הענט פון די ציונים ימ"ש, און העלפסט זיי מיט זייער פראפאגאנדע. די גאנצע כח פון די מדינה היינט איז נאר ווייל זיי פארקויפן אז זיי זענען די באשיצער פון די אראבער די ררררוצחים. אזאך וואס איז שקר וכזב. 
 
פראביר דו זיך צוריק צי ציען פון דין קרומע וועג וואס שטימט ליידער אזוי גוט מיטן אפיקורסישע ציוניסטישע פראפאגאנדע. און הייב אן צי פארשטיין אז נישט אללעס וואס עס שטייט אין דער איד, בלאט, אדער אפילו אין חומת הדת - איז טאקע דאס וואס דער רבי ז"ל האט געהאלטן. נאר גאר פארקערט.
 
 
זאלסט וויסן אז אלעס וואס כ'האב דיך געשריבן שטימט מיט די תורה און קבלת אבותינו ורבותינו, און מיט די פאקטן און שכל הישר. פראביר אריינטראכטן א ביסל, נישט נאר באשמוצן און באזייטיגן.

עד כאן.



און וואס האלט איהר??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > מכל מלמדי השכלתי - ווערטער אויסטויש - וועגן אראבער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext