די ארונים זענען שוין א וואך צייט ביזי רבי לייבוש, רבי
לייבוש, רבי לייבוש, רבי לייבוש, רבי לייבוש, רבי לייבוש,
רבי לייבוש, רבי לייבוש, רבי
לייבוש, רבי לייבוש, רבי לייבוש, רבי
לייבוש, רבי לייבוש, און רבי לייבוש?...
איי וואס רבי לייבוש?...
רבי לייבוש זאגט דאך אז רז"ל איז אן ערליכע... ר' ישראל
חיים מנשה איז פוסק אחרון אין סאטמאר... און ר"א איז א שייגעץ... די אהרונים זענען מוסרים... ר"א הייסט גיין אין
בג"ץ...... די אהרונים זענען טמא פוי...
???
איי וואס רבי לייבוש?...
און וואס טוען די ארונים מיט די מעשה, אז דער ברך משה
ז"ל האט זיך געבעטען ביי רז"ל זאל ווערן רב אין סאטמאר,
אבער רז"ל האט בשום אין אופן
נישט געוואלט, רבי לייבוש האט אים
געקאלט אז ער מיז עס אנעמען....
אה! אויף די מעשה האבן די ארונים געטראפן אן אויסוועג אז
רז"ל איז א מחוצף פאר זיין טאטע... ער פאלגט נאר זיין טאטע
אויב רבי לייבוש הייסט... 
אזוי זענען דא צענדליגע מעשיות במשך די פארגאנגענע 10
יאר וואס ווייזט אויף דעם קשר פון רז"ל צו ר' לייבוש,
איז וואס טוען די ארונים,
זיי שרייען לייבוש אהער און לייבוש אהין...
זיי מיינען אז מיט דעם וועט דער קשר פון רז"ל צו ר'
לייבוש אפגעשוואכט ווערן (חלה דעקל בלע"ז)
אויך לויפן ארום די ארונים זיך מחזק צו זיין
און שרייען:
די מחלוקה אין סאטמאר איז שוין 10 יאר, קיין אות אחת פון
רבי לייבוש האט מען נישט געהערט, זיי שרייען אז
רז"ל מאכט שרעקליכע פרעשור אויף רבי לייבוש, איבערהויפט אז ער זאל אונטער
שרייבען קעגן ר"א פארן גיין אין ערכאות שלא בהיתר בי"ד,
אבער 00000000000 גארנישט, קיין
חתימה...! קיין בריוו...! גארנישט
אוודאי וואלטן די ארונים געוואלט און די קארפען קעפ ביי
זיי חלש'ען ס'זאל ארויסקומען אזא בריוו פון ר' לייבוש, ווייל אזוי וועט זיך אויף
הערן איינמאל פאר אלעמאל די מחשבות זרות וואס די ביסל ערליכע וואס זענען בטעות
אריין געפאלען ביי זיי אין די קולט טראגן זיך און קאפ,
איינמאל ר' לייבוש געט ארויס עפעס אזא בריוו וכדו' קען
ר"א אפ אטעמען, פטור! יעצט זענען זיינע קעלבלעך אינגאנצען ביי עם, זיי האבן
שוין נישט קיין שייכות מיט קיין שום ערליכן איד אז זיי זאלן בכלל טראכטן אז וואס
ר"א טוט, איז און האט בכלל נישט קיין שייכות מיט ערליכקייט
אבער רבי לייבוש האט שוין ביי פארשידענע געלעגנהייטן
אויס געשמועסט,
אז די וואס קומען נאך אמאל אריין צו עם אין ביהמ"ד
און דרייען זיך נאך אביסל צווישן אידין שפירט ער אן אחריות כלפי דעם רבי'ן
ז"ל זיי נישט מרחק זיין, ווייל דאס איז זיכער חז"ל זאגן שקר אין לו
רגלים, ס'וועט קומען א טאג און זיי וועלן איינזעהן דעם אמת, אבער אויב וועט מען
נאר עפעס טוען זיי זאלן זיך שפירן מרוחק, ווער ווייסט צו ווען די אמת וועט זיך
ארויס ווייזן צו זיי וועלן בכלל נאך היטן שבת און ח"ו ס'וועט שוין זיין צו
שפעט,
פרעגט ביי זיינע שטוב מענטשען וועלן זיי דאס קלאהרער
איבער זאגן מיט די פונקטליכע לשונות אויף ר"א וכת דילי'...
איי וואס רבי לייבוש?...
רז"ל פארט אויף אנטווערפען, ער גייט באזיכן רבי לייבוש ער נעמט אים אויף בכבוד מלכים, ער ברענגט אלע
זיינע קינדער און איינקלעך זאלן זיך קומען בענטשען ביי רז"ל נאכן פארברענגן
פאר א לענגערן צייט און איינעם מיט די גאנצע עולם צוזאמען, הייסט מען יעדע
ארויסגיין, און ר' לייבוש שפארט זיך איין מיט רז"ל פאר איבער א שעה צייט,
(וואס זיי האבן דארט געשמועסט ווייסן נאר די ארונים...
)
און רז"ל האט טאקע געטוען הלכה למעשה אלעס וואס ר'
לייבוש האט עם געבעטן צו טוען סיי בנוגע בית רחל און סיי די אנדערע צוויי זאכן
וואס ר' לייבוש האט געהאלטן אז רז"ל איז די פאסיגע מענטש עס דורך צו פירן,
רז"ל איז אפי' געבליבן א טאג לענגער אין אנטווערפען צו זיין זיכער אז אלעס
איז ערלעדיג ווי ס'דרוך צו זיין, און טאקע פאר'ן אהיים פארן, יענעם טאג נאך שחרית איז רז"ל נאכאמאל
אריבער געגאנגען צו ר' לייבוש איבערצוגיין אלעס פונקטליך וכו'
און דעמאלס האבן זיי אפגעשמועס אז בנוגע בית רחל אין
אנטווערפען ווען מען וועט האלט ביים סטעפ פון גיין נאך געלט, נאכדעם וואס אלע
אפיציעלע שטאט זאכן וועלן ווערן ערלעדיגט, וועלן זיי צוזאמען ארבעטן אויף דעם חלק
פון גיין נאך געלט אין לאנדאן און אין אמעריקא.
וואס טוען די ארונים מיט די מעשה
אויך א עצה בנוסח חלה דעקל
5 מינוט!... גיי ארויס פון בג"ץ!...
איי גיי פרעג יעדע וואס איז דארט געווען און געזעהן ווי
לאנג זיי זענען געזיצן איינגעשפארט אינאיינעם, אבער גארנישט, חלה דעקל בלע"ז
איי וואס רבי לייבוש?...
ויהי ביום השביעי! רוב שבתים פירט רבי לייבוש נישט קיין
טיש, נאר די שבתים וואס ס'קומען צו פארן געסט, האבן די געסט וואס זענען מיט
געקומען צו די גרויסע נסיעה געפרעגט אין פשעווארסק אויב די וואך וועט אויך זיין א
טיש, ווייל א חוץ דעם געהויבענעם שבת זענען זיי אויך געקומען צו קענען אריין כאפן
א שבת ביי ר' לייבוש, די גבאים האבן געפרעגט ר' לייבוש, לכתחילה האט ר' לייבוש
בשום אופן נישט געוואלט ער האט געזאגט אז למה יאמרו ה... האט מען זיך מיט עם אויס
גע'טענה'ט אז זיי די יענע חברה וואס מען זאל נאר נישט טוען וועלן זיי סיי ווי זאגן
די פארקערטע, האט מען אויסגע'פועל'ט ביי ר' לייבוש אין ער האט ספעציעל לכבוד די
געסט וואס זענען געקומען אויף דעם גרויסן שבת געפירט א טיש,
ווייטער חלה דעקל
מילא ווען רז"ל קומט קיין אנטווערפן און רעכנט זיך
צו האבן די אלע טויזענטע אנטווערפענע אידן ביי זיין טיש, אין ר' לייבוש פירט טיש
האט ער נישט די טויזענטע מענטשען בייי זיין טיש, וואלט שייך געווען צו זאגן
דורכפאל רז"ל האט געמיינט ער וועט זיי האבן ביי זיין טיש און ר' לייבוש האט
עם אויסגעשפילט,
אבער ווי יעדער איינער ווייסט איז די נסיעה געווען צו
קומען מחזק זיין דעם קליינעם ציבור אין אנטווערפען, און רז"ל האט מיט
געברענגט די עולם פון אמעריקא און לאנדאן פאר דעם, איז וואס איז די דורפאל, אז ר'
לייבוש האט לכבוד די הונדערטע געסט פון רז"ל געפירט טיש?
נאר וואס יא חלה דעקל בלע"ז
המשך יבוא...
תוקן על ידי רבי_יlנה ב- 01/11/2009 19:51:34