ארויניס שטייגען איבער יעדען מיט די ישיבות פראבלעים!
יא, עס איז טאקע דא פראבלעימען מיט רוב קהילות און מוסדות בנוגע בחורים אין ישיבות. אז מען ווארפט זיך ליידער ארום מיט צופיל בחורים, און פארשטייט זיך אז אסאך פון די בחורים פוטשען ליידער היבש אפ. און טאקע ביי אונז אין קווינס איז נישט קיין סוד אז עס דארף א גרויסער פארבעסערונג און דעם ענין. אבער דאס וואס די ארויניס האבען איצט געטון, גייט שוין ארויס פון אלע גרעניצען!
צו נעמען א גאנצע גרופע פון אריבער 80 נארמאלע בחורים כע"ה, און זיי לאזען אן א דאך איבערען קאפ, ברוחניות ובגשמיות, און נאר נאך אינערליכע רייבערייען זיי קוים פארשאפען א שטיקעל פלאץ פאר בייטאג, קען זיך ממש גרעניצען מיט רציחה!
און דאס איז שוין נישט דאס ערשטע מאל וואס זיי טיען דאס. פאר אסאך ליגט נאך היינט אין די ביינער דעם גרויסען פארשעמונג וואס זיי האבען מיט געמאכט זומער תש"מ ווען דער זעלבער אזוי געריפענער ראש ישיבה האט זיי אפ געשיקט קיין קליימער!
האבען זיי נאך נישט געניג עקספיריענס מיט אוועק געפאלענע הייליגע אידישע נשמות?! זיי זוכען זיך נאך?!
אדער פערהעפס קערען זיי נישט! הא!
מיכאל'ס ניגון באדערט זיי?! הא?! איי וואנדער וויי?! אפשר ווייל זיי ווייסען אז זיי האבען א גרויסען חלק אינעם פראבלעים?! מן הסתם אזוי!
וואס מיינען זיי, אז מען קען זיך בויען א גיטען נאמען מיט יענעמס בליט?! נא וועי!
אינטערסאנט איז, אז נאך 10 יאר פון קווינס מיט די אפגעטיילטע מנהלים ביי די דריי עידזשעס מיט א געוואלדיגען סוקסעס, גייען זיי דאס פיינעלי נאך מאכען. הגם זיי טיען דאס אויף א צודרייטען אופן. זיי גייען שוין צי ווייט. זיי טיילען אפ די דריי עידזשעס ממש אינגאנצען. מיט עקסטערע בילדינגס, בתי מדרשים און עס זאלען. וואס עס קען געשעהן איז, און עס זעען זיך שוין סימנים דערפון, אז די בחורים פילען זיך ווי אין א דזשעל, אין אדער פארלירען זיי דעם אפעטיט, אדער טראגען זיי זיך אפ.
אין אזוי ווי כ'האב אנגעפאנגען, איז דאס געקומען מיטען ארויס ווארפען אלע בחורים פון 20 און העכער.
און צו די אלע בחורים, מאכט אייך נישט נאריש, און בעט אייך נישט צירוק צו זיי, און בעט זיי נישט פאר זייערע טובות. איר זעהט דאך אז זיי מיינען נישט אייער גיטס! ביי די 17 האבען זיי געוואלט איר זאלט זיי העכערען די נאמבערס, און יעצט ווען זיי דארפען אייך שוין נישט ווארפען זיי זיך מיט אייך. קלויבט אייך אויס איינע פון די גיטע ישיבות אדער כוללים וואס איז דא היינט אין די היימישע געגענדען, און האלט אן אייער גיטען נאמען.
 |
|
|