BREAKING ארונים אינדארסירען דעמאקראטען
קומענדיגען דינסטאג קומט פאר די וואלען פאר די טאון באורד אין מאונראו. די ארונים האבען זיך דערזען אין א מוראדיגען פראבלעם אז די רעפובליקאנער בוזעם פריינד פון די ווילידזש האבען כמעט נישט קיין שאנס צו זיגען וויבאלד די אלייענס האט אינדארסירט די דעמאראטישע קאנדידאטען.
ווי נאר זיי האבען געזען דעם שבת אז עס איז אנגעקומען די בריוו פון די אלייענס מיט די אינדארסירונג פון די דעמאקראטישע קאנדידאטען האבען זיי זיך היינט פארבינדען מיט די דעמאקראטען און צוגעזאגט צו שטימען פאר א חלק פון די דעמאקראטישע קאנדידאטען פאר טאון באורד.
כפי זכרוני איז דאס די ערשטע מאל אין גאר א לאנגע צייט וואס די ארונים אינדארסירען דעמאקראטען פאר טאון באורד.
ווי אויך האבען די ארונים נאך נישט ארויסגעגעבען די נעמען פון די קאנדידאטען וועם זיי אינדארסירען, אויף אלע זייערע ליטעראטור שרייבען זיי אז מען זאל וועלען פאר די קהל אינדארסירטע קאנדידאטען אבער זיי שרייבען נישט קיין נעמען, זיי האבען געווארט צו זען וועם די אלייענס וועט אינדארסירען און ווי נאר זיי האבען ערהאלטען די אלייענס באלאטס האבען זיי אנגעהויבען צו פארהאנדלען מיט די דעמאקראטען אויף א שטיקעל פארשטענדעניש.
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 02/11/2009 17:49:38
 |
|
|