נשלח ב-8/11/2009 22:10
ר' אהרן, ר' משה גבאי, נעקסט... ר' יצחק חיים פריינד אנגעהויבן האט זיך דאס מיט הגה"ק סבלן הדור ר' אהרן טייטלבוים, דענאך הרה"ח ר' משה פריעדמאן (גבאי) משב"ק יעצט איז דאס ר' יצחק חיים פריינד, יו"ר וועד להצלת יהודי תימן.
די חילוק איז אז אין די באשרייבונג די וואך האט די "משפאכא" קלאר געשריבן אז זיי זענען נאכגעלאפן ר' יצחק חיים פאר א אינטערוויו, און למעשה האט ער זיי נאר גענטפערט אויף זייערע שאלות דורכן טעלעפוין.
ס'איז גאנץ א שיינע באשרייבונג און אינטערסאנטע פיקטשער'ס.
נשלח ב-8/11/2009 22:17
איז אפשר דא א לינק דערצו?
נשלח ב-8/11/2009 23:55
חיי שעה, איך האב געלאכט ווי זיי שרייבן (אידיש הכבידה) דעם שווערן אידיש מיט וואס די משפחת פריינד הרוממה איז באשאנקען
נשלח ב-9/11/2009 23:21
איך האב פארגעהאלטן דעם עסקן פריינד איבער דעם מישפאכא באשרייבונג: י"ח פריינד זאגט אז ער באקומען צענדליגער טעלעפאן קאלס פון פארשידענע צייטונגען פון ניו יארק און אר"י און האט זיך פשוט ארויס געדרייט פון ענטפערן. פאר די א"י שרייבער האט פשוט אפ-געזאגט אז ער רעדט נישט קיין עברית.
מיט א טאג דערנאך האט דער שרייבער מר' ערליך גערופן זיין סעלפאן און אנגעהויבן רעדן אידיש און פארציילט אז ער האט שוין גערעדט מיט אנדערע עסקנים און האט שוין גרייט א באשרייבונג נאר היות ס'שטייט באשריבן אין די ארץ ישראל'דיגע פרעסע איבער די תימנ'ע אידן אז זיי ווילן פאהרן דוקא צו מדינת ישראל נאר די סאטמערע עסקנים פארנארן זיי קיין אמעריקא, דעריבער פרעגט ער אויב ס'איז דא דערינען עפעס א שטיקל אמת. דעריבער האט ער געמוזט ענפערן אז דאס איז נישט ריכטיג. פון דעם האט זיך געמאכט א טעלעפאנישער שמועס וואס דער שרייבער מר' ערליך האט "עטליכע פרטים נישט ריכטיג" ארויס געשריבן. ווייל רעדנדיג מיט א פארנומענעם עסקן אויפן סעלפאן ווען ער איז אין די זעלבע צייט ביזי מיט 10 אנדערע עסקנות, איז אומ-מעגליך צו האבן א קלאהרע בילד פון די פרשה בשלימות. ס'פאלן בעל כרחך אריין אסאך טעותים אין דעם ארטיקל. ווי למשל מ'קען זעהן דעם נאמען פון די ארגענעזאציע האַּיאַס HIAS האט דער שרייבער געשריבן HIAF וואס ווייזט ווי אומקלאהר דער שרייבער האט קאמיוניקעיטעד מיט דעם עסקן. ווען מ'ליינט דורך דעם באשרייבונג, קען מען ארויס ליינען ווי פרטיינד זאגט אז מוז האלטן דאס מויל פארמאכט צוליעס די סענסיטייווע ארבעט וואס גייט אן די לעצטע חדשים. מ'קען פארשטיין צווישן די שורות אז דער שרייבער האט נישט גערעדט מיט פריינד אלס א נארמאלע אינטערוויאו נאר האט ארויס געקוועטשט פארשידענע פרטים.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.