בית פורומים אחים אנחנו

"אחים אנחנו" פארמאכט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/11/2009 20:38 לינק ישיר 
"אחים אנחנו" פארמאכט!

שוין א לענגערע צייט וואס איך בין זייער שטארק פארנומען אין די געשעפטן ב"ה און איך האב זייער ווייניג צייט צו זיין דא עטליכע מאל האט זיך געמאכט אז איך האב נישט געהאט צייט אריינצוקומען אפילו נאר איינמאל א וואך.

דעריבער האט איך מחליט אויפצוגעבן דאס מנהל'שאפט און שטעלן א פרישע הנהלה. דאס גייט שוין אן א לענגערע תקופה און איך האב נאך נישט געטראפן די ריכטיגע פערזוינען.

למעשה האב איך נישט געוואלט פארמאכן דא איך האב יא געוואלט ס'זאל בלייבן אפען ווייל דאס גיבט א געלעגענהייט פאר היימישע אינגעלייט וואס דרייען זיך ממילא אויפן נעץ זיך צו דרייען אויף א היימישע פלאץ. די איינציגסטע פאלץ ווי היימישע אינגעלייט האבן זיך געקענט דרייען איז כל העולם כולו דעם ארוינישען פורום, און יענע פורום איז נישט באמת א מקום ווי מ'קען אויסגעבן די דעות ווייל מ'דארף דארט גיין אין שפאן... דיין רב\רבי איז א עם הארץ און שגץ און זיינס איז א רשכבה"ג און צדיק, ער מעגן שרייבן אויף דיין רבי עם הארץ אבער אויב שרייבסטו דאס זעלבע אויף זיין רבי ווערסטו תיכף ארויסגעווארפן. פאר דעם האט "אחים אנחנו" געדינט אלס א געשמאקע פלאץ ווי יעדער האב באקומען דאס זעלבע כבוד און די הנהלה האט זיך נישט געמישט אין אינערליכע חסידישע פאליטישע אנגעלעגענהייטען.

היות אין די לעצטע פאר טאג איז געבוירן געווארן א פרישע פורום "אידישע געדאנקען" וועלכע זעט אויס אין מיינע אויגן מיט מיין עקספיריענטס אלס א פורום וואס האט א שטארקע מעגליכקייט מצליח צו זיין. דעריבער זאל דער עולם אריבערליין צום ארינישען פורום כל העולם כולו http://www.bhol.co.il/forum/forum.asp?forum_id=21016
אדער צום נייעם נייטראלען פורום אידישע געדאנקען http://www.bhol.co.il/forum/forum.asp?forum_id=21016

אחים אנחנו ווערט לעת עתה פארמאכט.

ברוך צאתכם לשלום.

תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 10/11/2009 20:42:43




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > "אחים אנחנו" פארמאכט!
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext