בית פורומים אברעמעלעס פורום

רוב האט קיינער נישט, א געשלעג פארן סטענדער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/6/2009 22:34 לינק ישיר 
רוב האט קיינער נישט, א געשלעג פארן סטענדער

נאך די איבערקערעניש וואס טוט זיך אין סענעט די לעצטע 2 וואכן איז די זאך יעצט אנגעקומען צו א שופט.
דער שופט האט נישט געוואלט זאגן זיין דעה, ער האט געהייסן די 2 פארטייען (דעמאקראטן און רעפאבליקאנער) זיך דורך צו קומען צווישן זיך, ער האט געגעבן א דעד ליין ביז מארגן (דינסטאג שלח) אויב ביזן דעד ליין וועלן זיי זיך נישט מסדר זיין דאן וועט ער זיך אריין מישן.

יעצט איז די מחלוקה נאך ערגער געווארן. ווי באקאנט האט זיך די איבערקערעניש אנגעהויבן ווען 2 דעמאקראטן זענען אריבער צו די רעפאבליקאנער, דאס האט געגעבן פאר די רעפאבליקאנער א מערהייט פון 2 זיצן (32-30), די געוואגטע אקט האט צוגענומעם דעם רוב וואס די דעמאקראטן האבן געהאט (32). יעצט איז איינער פון די 2 צוריק געגאנגען צום דעמאקראטישער פארטיי און מיט דעם האט זיך די סענעט צוטיילט אייניג 31-31

ביידע זייטן טענה'ן אז די פירערשאפט פאזיציע געהערט צו זיי, די רעפאבליקאנער זאגן אז ביז ס'האט זיך צעטיילט אייניג האבן זיי געהאט דעם רוב און פארדעם דארפן זיי האבן די פירערשאפט פאזיציע, אבער די דעמאקראטן זאגן אז זיי זענען באמת געווען די רוב ווייל די רעפאבליקאנער האבן באקומען דעם רוב אויף א נישט לעגאלען וועג.

תוקן על ידי אברעמעלע ב- 15/06/2009 22:42:02




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אברעמעלעס פורום > רוב האט קיינער נישט, א געשלעג פארן סטענדער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext