דער אנהייב, פרישע בליט-באד-ראד אין אפגאניסטאן
א פרישע כוואליע פון רציחות וועט זיך לכאורה יעצט אנהייבן אין אפגאניסטאן נאכדעם וואס אפגאניסטאנער גאס'ן זענען געווארן אויסגעקלעבט מיט פלאקאטן וואס רופן צו וועלן פאר'ן דינענדען פרעזידענט "אהמיד קארזיי".
היינט איז די ערשטע טאג וואס קאנדידאטן מעגן לעגאל קאמפיינען פאר זייער ערוועלונגס אינם Aug. 20 (ר"ח אלול) וואלען, דער איצטיגער פרעזידענט פארברענגט נישט קיין צייט און היינט זענען שוין אלע גאסן געווען באקלעבט מיט פלאקאטן וואס רופט דעם עולם צו קומען וועלן פאר אים.
אהמיד קארזיי איז געשטיצט דורך די אמעריקאנער רעגירונג און דורך די מער ליבעראלע אין אפגאניסטאן, ער וועט דארפן אריבערגיין א שווערע פארמעסט נאכדעם וואס די לעצטע 2 יאר (בערך) ווערט די מצב אין אפגאניסטאן ערגער און ערגער.
תוקן על ידי אברעמעלע ב- 17/06/2009 0:57:50
|
|