זענען "ביידע" גערעכט?
איר קענט אוודאי די מעשה:
די רבצין הערט זיך אינטער ווי א מאן רעדט זיך אפ פארן רב אויף זיין ווייב, זי טוט אזוי אין אזוי ס'איז שרעקליך... דער רב זאגט אים טאקע שרעקליך ביסט גערעכט...
דער אינגערמאן גייט ארויס די ווייב קומט אריין און רעדט זיך אפ אויף איר מאן, ער טוט מיר אזוי און אזוי איך האלט שוין נישט אויס פון אים... דער רב זאגט טאקע שרעקליך איר זענט גערעכט.
אזוי ווי די פרוי גייט ארויס שפראלט אריין די רבצין און פרעגט איך פארשטיי נישט, ס'קען דאך נישט זיין אז ביידע זענען גערעכט, ענטפערט דער רב "רבצין טייערע און דיר ביסט אויך גערעכט"
לענינינו
איר זיצט אין אפיס, ס'איז 4:05 נאכמיטאג, דאס ווייב רופט "קום שוין אהיים איך האלט שוין נישט אויס דא, יענקעלע האט אויסגעגאסן א גאנצע באטל קעטשפאפ אנגעשמירט די טיש מיט אלע בענקעלעך אין קאך, אויך אפאר קעבינטס. מושי איז אריינגעקומען פון סווימינג פאל אנגאנצן נאס, די גויטע איז קוים אוועק און יעצט איז די גאנצע פלאר נאס. מעכעלע האט זיך אריינגעשמירט אין די קעטשאפ און ער דרייט זיך אויך ארום מיט א שמוציגע פעמפער ס'איז אנגעזאמעלט שמוץ וועש אין אלע צימערן... איך האב נישט קיין כח, דיי ווייסט דאס מיין מצב, א פרוי אין מיין מצב קען דאס נישט דערהייבן.... נאך דערצו לויף איך יעדע 10 מינוט ברעכן...
- גוט איך וועל אהיימקומען פריער
- ווען וועסטו זיין דא?
- 5:30
- קום פריער איך קען שוין נישט
- פארשטיי, די פריסטע וואס איך קען ארויסגיין איז 4:30 איך בין יעצט אויף א וויכטיגע קאנפרינס קאלל מיט 2 עקזעקעטיווס פון גרויסע קאמפעני'ס איך האב באמת נישט קעקענט אויפהייבן דיין קאל, אבער איך ווייס אז פילסט נישט גוט יעצט און ביסט שוואך, די קאל וועט זיך ענדיגן אין בערך 20 מינוט, איך גיי גלייך ארויס פון אפיס.
- אבער די וועג וועט נעמען נאך א שעה... קום שוין
- OK איך קום
ס'גייט אריבער א שעה, צוויי, דריי, איר קומט נישט אן אהיים, זי הייבט אן רופן אין אפיס הייבט ער נישט אויף אויפן סעל הייבט ער נישט אויף. זי זיצט שוואכערהייט אויפן קאוטש קען זיך קוים רירן (ב"ה זי האלט שוין ביים זעקסטען), די קליינע דארפן שוין זיין אין די בעטן אבער זיך האט נישט קיין כח זיך צו רירן זי ווערט שוין נערוועז און הייבט שוין אן אפילו מיט ערעסטע דמיונות פון פחדים, וואס הייסט איך קאל אים 500 מאל און ער הייבט נישט אויף? זי איז מחליט גענוג איז גענוג זי גייט רופן די פאליציי איינמעלדן אז איר מאן איז נעלם געווארן...
זי הייבט אויף דעם טרייבל דריקט 100 (די נומער פון די איזרעילי פאליציי, אזוי ווי 911 אין אמעריקע), ס'קלינגט... "משטרת ירושלים שלום" הערט זיך פון די צווייטע זייט טרייבל, אבער זי האקט אראפ...
וואס איך בין צודרייט? - טראכט זי ביי זיך - אויב פאליציי קומט אן אין זעט דעם חזר שטאל דא וועלן זיי גלייך צונעמען די קינדער.
ניין - בארענכט זי זיך - מיין מאן איז פארכאפט געווארן דורך אומבאקאנטע פארשוינען - לויפן אירע דמיונות - און איך טו גארנישט דערצו? איך וועל יא רופן און איך וועל איך וועל ארויסגיין צו זיי אנידרויסן רעדן מיט זיי, קיין גרעסער חורבן קענען שוין די קינדער נישט מאכן, ס'וועט גארנישט פאסירן אויב זיי וועלן זיין אליין 10 מינוט. זיי הייבט אויף דעם טעל און רופט... מיר שיקן שוין אריבער א פאליציאנט צו אייך, איר קענט זיך דערווייל האלטן רוהיג.
גייט אריבער נאך גאנצע 60 מינוט און זי הערט נישט, נישט פון אייך און נישט פון די פאליציי, זי וויל ארויסגיין אין גאס זען אויב די וועלט לעבט נאך בכלל... אזוי ווי זי עפענט די טיר שטייט דארט איר מאן... און זיך הייבט אן מאכן קולות, די ווייסט אז פאר פרויען אין מיין מצב איז שווער און מ'ציטערט פון יעדע קלייניגקייט, איך האב שוין געוויינט צוויי שעה איך האב שוין גערופן די פאליס... די הייבסט מיר נישט אויף דעם טעל. ביסט א שלעכטער מאן, די ווייסט נישט וויאזוי צו זיין א גוטער מאן ס'איז נאר מיין קינד? איך שלעפ פאר דיר אויך!
- דער אינגערמאן שטייט נאך ביים טיר א אפגעפראסטעטער, דא באוואשט אים זיין ווייב, זי ווייסט נישט אז ער איז ארויס פון אפיס 4:07 פונקט אזוי ווי אפגעשמיעסט ער זיצט שוין 4 שעה אין טרעפיק, און צו אלע צרות זענען אים צוויי פענסטער'ס פון די קאר אויסגעשאסן פון שטיינער וואס פראטעסטירער האבן געווארפן כלאפמשיפ פאר די כבוד פון די געפייניגטע מאמע וואס מ'האט איינגעזעצט אויפן חשד פון אויסהינגערן איר קינד, "אלע" טרעפיק לייטס אין גאנצען שטאט זענען אויסגעשאסן פון שטיינער, מיסטן ברענען אויף אלע גאסן רוב סטריטס זענען בלאקירט פון מיסט קאסטענעס מיט פראטעסטירער, ס'איז געווען גאנצע 3 שעה שרעק ביז ער האט זיך ארויסגעזען א לעבעדיגער ב"ה, די סעלפאן איז געווען אפגעהאקט ווייל די פאליציי האט נישט געוואלט אז מ'זאל קענען רופן נאך פראטעסטירער... און דא שטייט זיין ווייב און מאכט קולות וברקים.
צו זיין מזל איז א פרוי א שכנטע געשטאנען דערביי און געהערט אלעס וואס אונזער מרת. שרייט אויף איר מאן, זי האט געזען אז דער אינגערמאן שטייט א אפגעשמיסענער און האט פארלוירן דעם לשון האט זיך מחליט געווען אז ס'איז א עת לעשות לד' און האט זיך אריינגעמישט זי האט אין קורצע ווערטער אויפגעקלערט דעם מרת. וואס ס'טוט זיך אויף די גאסן
ע"כ המעשה
רבותי איך וויל אייך פרעגן זענען די פראטעסטן בארעכטיגט אדער איז דאס נישט די וועג?
מאכט א פשוטע חשבון, צונעמען טויזענטער שעות (ווען מרעכנט די שעות וואס יעדער יחיד פארלירט) אויסהאקן שטאטישע פארמעגן (ווער וועט דאס באצאלן צו פארעכטן? אוודאי די איינוואוינער) וכו' האבן די רבנים פון העדה החרדית גענועמן די אלע זאכן אין חשבון?
איך וויל הערן וואס איר טראכט.
 |
|
|