דער "אידישער געדאנק" האט ארויסגענומען דעם איד'ל פון סיי וואספארא מצב ער האט זיך געפונען,
אויב איז ער געווען איינגעשפארט ביים פריץ אין קעלער האט אים זיין געדאנק
ג'עצה'ט וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פון דארט. ביי די ביטערע וועלט מלחמות
איז באוויסט הונדערטער געשיכטעס מיט וואס דער "אידישער געדאנק" האט דעם
אידל ארויסגעזעהן פון זיין ביטערן כאיאטישן צושטאנד.
ע"כ האבן מיר זיך צוזאמגענומען אפאר חברים און באשלאסן צו עפנען דעם
פארום וואס זאל ספעציעל נישט זיין אויסגעשטעלט צו קיין קינדערישע
ראדיקאלע געדאנקן, נאר דייקא פרייליכע, אנשטענדיגע בליצן און מיינונגס
פארשידענהייטן זאלן דא אויסגעליפטערט ווערן אויף א ברייטן פארנעם, להנאת
לב הכותבים והקוראים.
נאך אזא הקדמה איז ממש איבעריג אפילו צו שטעלן די תקנות פארן פארום, ווער
עס שפירט אז ער געפינט זיך און די קאטעגאריע פון זיך ליפטערן די מחשבות
אן נעמען זאכן צום הארצן, נאר מיט פרייליכע געמיטער איז העפליך געלאדענט.
ואיש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.
אצינד טייערע ברודער פון אלע שיכטן און קרייזן ברוכים הבאים, זעצט אייך
צו צום קי בארד און זייט אונז/אייך מהנה!
מיט שעצונג
די הנהלה
נשלח ב-8/11/2009 20:40
שלום עליכם מנהל
איך ווארט שוין לאנג אז עס זאל זיך עפענען א היי סטענדערט פארום
מיט אסאך אינהאלט אין מיט ווייניג שטותים
אין ווי עס קוקט מיר אויס ווערט מיין ווינטש מקיום
במילא וויל איך ווינטשען פאר ענק גרויס הצלחה
אז עטס זאלטס ענק קענען האלטן אויף א הויעכן לעוועל פארום
כה לחי
נשלח ב-8/11/2009 21:04
נא לאמיר זען וואס עטס קענטס
נשלח ב-8/11/2009 21:31
איר שרייבט זייער הויכע ווערטער אז דא גייט נישט זיין קינדעריש, אבער וואס זענען די "פייערוואלס" אויב וועלן אנקומען די וואס ווילן עס דוקא יא מאכן קינדיש?