היות די מעמבער'ס אינעם פארום זענען אנאנימע מענטשן און מיר האבן נישט קיין שום וועג צו דערגיין ווער זענען די וואס שטייען אינטער א ספעציפישע ניק, דעריבער איז דא יחידים וואס זענען אויסן צוגרינד צו לייגן דעם פארום דורך זיך איינשרייבן און מיסברויכן זייער ניק, ספעציעל דעמאלטס ווען עס איז דא אומגונסטיגע דעות קעגן זייערע השקפות.
כדי צו האלטן אונזער פארום אלס א באקוועמע מקום ווי מען קען זיך אינפארמירן מיט פרישע געשענישן, דעבאטירן ענינים העומדים על הפרק וכדו' אן דעם וואס מען זאל דארפן זיך אנשטויסן מיט אנשיקענישן איז נישט דא א ברירה נאר אוועק שטעלן תקנות צו האלטן דעם פארום אויף א הויכע סטאנדארט.
די תקנות ווערן געשטעלט און געצילט אויסדריקליך נאר אויף צו קענען אפשאצן אויב א ספעציפישער ניק האט א מקום אין אונזער פארום, אונזער מטרה איז: געבן ווי מער פרייהייט פון ווארט פאר יעדן רעכט-דענקענדען מענטש.
א. די טובה און הצלחה פונם פארום דארף זיין פאר יעדן ניק א פריארעטי.
אין דעם איז אריינגערעכענט:
1) בשום אופן נישט ארויפלייגן פאלשע אדער בלאפערישע אינפארמאציע.
2) בשום אופן נישט פארדרייען די נושא וואס ווערט דעבארירט.
3) אפגעבן כבוד פאר א צווייטן ניק, און מכבד זיין זיינע דיעות.
ב. די תקנות פון אונזער אכסניה - בחדרי חרדים - איז מחייב יעדן ניק.
איינער וואס די מנהלים וועלן איינזעהן אז ער איז נישט געאייגענט פארן ניווא פון דעם פארום אפילו נאכדעם וואס ער שטרענגט זיך אן איינצוהאלטן די פאר תקנות. וועלן אים די מנהלים אפשיקן בכבוד גדול צו די שכינות'דיג אידישע פארומ'ס.
תוקן על ידי המהדרין ב- 02/07/2010 18:46:15
תוקן על ידי המהדרין ב- 11/05/2011 23:43:48