היינט אין קאורט האבען די מוסרים והולכים לערכאות פארלאנגט אז דער קאורט זאל ארויסווארפען דעם קעיס וואס קהל יטב לב האט געברענגט עפ"י הוראת הרבנים צו פארלאנגען אז די קאונטי זאל צוריקשטעלען די ביה"ח הישן אויף דעם נאמען פון קהל יט"ל.
די ארונים האבען ווי געווענליך געזאגט אז זיי זענען קהל יטב לב און זיי האבען געהאט די רעכט דאס איבערצושרייבען, און אז דער קאורט קען זיך נישט אריינמישען אין דעם סיכסוך ווייל עס איז "רעלידיזשעס".
דער אסיסטענט וואס האט אנגעפירט דעם הירינג, האט זיי געפרעגט, אויב וואלט עס ר' יעקל קאהאן איבערגעשריבען וואלטען ענק אויך פארשטאנען אז דער קאורט קען זיך נישט אריינמישען און מען דארף עס לאזען אויף קאהאן'ס נאמען?
דער גאנצער זאל האט זיך צולאכט ווען דער לויער מאןן האט גענטפערט ווי א שוטה "יא, דאן וואלטען מיר נישט דא געווען".
לויער פישער האט שנעל פרובירט צו ראטעווען און איבערגענומען דעם ווארט און געזאגט אז דאן וואלטען מיר געטענט אז קאהאן איז נישט קיין מעמבער און קען דאס נישט איבערשרייבען.
האט דער אסיסטענט געפרעגט, און דאס איז נישט רעלידזשעס? אויף דעם קענען מיר יא אריינרעדען?
ער האט אנגעהויבען צו שטאמלען אבער האט נישט געהאט קיין קלארען אנטווארט.
אויך האבען די ארונים געטענט אז מיר האבען שוין א נייעם ביה"ח און אז מען לאזט יעדען איינעם באגראבען.
זיי האבען אויך געבעטען אז די קאורט זאל אריינלייגען דעם סיכסוך צו דעם בית דין וואס באהאנדעלט די בארא פארק קעיס.
זיי האבען אויך געבעטען אז די קאורט זאל ווארטען ביז עס וועט ארויסקומען דעם פסק פון דעם אפיעלס קאורט אויף די אמבראוזיא דעסיזשען.
אונזער צד האט געבעטען אז מען זאל שוין אנהייבען דעם קעיס און נישט סתם שלעפען אין די וועלט אריין. די ארונים האבען פרובירט אלעס צו שלעפען ווי מער צייט.
צום סוף האט דער אסיסטענט געזאגט, אז דער קאורט וועט זיך נישט לאזען שלעפען אין די וועלט אריין, די קאורט וועט אין דעצ 15 אנהייבען מיט די פראצעדורען פאר טרייעל. און אויף די ארוניםס מאושעןס אריינגערעכענט די טענה אז מען זאל דיסמיסען די קעיס ווייל עס איז רעלידזשעס וועט ער ענטפערען אין די קומענדיגע וואך.
תוקן על ידי המהדרין ב- 10/11/2009 22:52:28