א צודרייטער פארשוין וועלכער האט זיך גענומען פאר א מצוה אויפצוקלערן די וועלט אז שייטלען זענען אסור טוט דאס דורך ווייזן ריזיגע ווידיאו פילמ'ס פון קול קורא'ס בעיקר פון רב אלישיב מיט פיקטשער'ס פון שטייטלען מיט הסברים ארום די לענג קאליר סארט האר וכדו'...
דעם צודרייטען קען מען טרעפן אסאך אין גאולה אזוי אויך לעבן די פארקינג לאט פון באסעס אין מירון ל"ג בעומר ועוד.
היינט האט ער זיך געשטעלט פארנט פון בית ישראל האל אויף עזרת תורה מיט זייין ווידיאו, דער עולם האט געווארפן אייער וכדו' נישט וועלנדיג אז סאטמארע בחורים זאלן זען זיינע תועבות. ער האט זיך נישט געלאזט און געבליבן שטיין ווי א ... משיח'סיט... צום סוף האט אים די פאליציי אוועק געטראגן.
נאר א סאטמארער קען רופן א איד א צדיק וואס אין זיין זכות האבן הונדערטער אידענעס אויסגעטון די טריפה'נע שייטלעך פון עבודה זרה און גילוי עריות, מיטן שאנדע נאמען "צודרייטער".
די היינטיגע סאטמאר זענען שטארק אין ארויסטרייבן און באזייטיגן אידן בעלי מסי"נ מקדשי ה', אדער אין אינערליכע מלחמות און טעראר.
ווארשיינליך די סיבה איז ווייל אפילו די ירושלים'ע סאטמאר פרויען (אנדערע ערטער איז אפגערעדט) גייען מיט די טמא'נע שייטלעך (קעגן מנהג ירושלים און כלל ישראל מקדמת דנא), האט עס זיי אזוי געשטערט
און יא, איך האב פארגעסן: דער רביז"ל האט נישט געהאלטן
נשלח ב-17/11/2009 02:05
קזחסטאן, אתמהה!
איז דען דאס א מהלך אויפצוקלערן אידישקייט מיט א 'ווידיאו' א כלי וואס איז גע'אסר'ט געווארן דורך אלע גדולי הדור, אוודאי דארפן די סאטמערע חסידים זיין די נחשונים אוועקצוטרייבן אזעלכע עלעמענטן.
נשלח ב-17/11/2009 16:15
דער דברי חיים שרייבט שוין אז דיא טומאה זיכט צי ווייזען אז אינזרע עלטערען זענען נישט געווען אזוי פרים וואו אינז
נשלח ב-17/11/2009 22:32
מנהל די לינק וואס די האסט צוגעלייגט און די קעפל וואס די האסט געלייגט האט נישט קיין שייכות צו די שלעגעריי ביים ביהמ"ד חוץ דאס אז ס'רעדט זיך פון דעם זעלבן בהמה. אין סאטמאר איז די שלעגעריי געווען צופרי ביי שחרית און ביי בית ישראל איז דאס געווען ביינאכט ביי א שמחה... אויב וועסטו שפילן מיט מיינע אשכולות וועט מיר פארגיין די אפעטיט פון שרייבן דא.
הרביונה דער זעלבער צאנזער רב האט שטרענג גע'אסר'ט שייטלען, עיין ערך באבוב וד"ל