סאטמאר מאנסי: רייכער באנקעט טרייבט אויף אסטראנאמישע סכומים
תלמידי וחסידי סאטמאר באגלייטן מיט אינטערעסע די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען אינערהאלב די סאטמאר'ע שכונה, שכינות ברך משה אין מאנסי, ווי עס געפינט דארטן איצט דער שיינער וואונקל וועלכע דינט צייטווייליג אלס דער בית המדרש און מקום תורה, אין די זעלבע צייט גייען די עסקנים ארום אפננעמען די נדבות וואס די נגידים וועלכע האבן גענומען פאר א זכות אפצוקויפן דער שטח אין אלעס ארום, ווי עס וועט געבויעט ווערן בקרוב א פראכטפולע ביהמ"ד אין א פלאץ פאר א היכל התורה אויפן זעלבן שטייגער ווי די שוין אזוי בארימטע היכל התורה'ס אין אנדערע סאטמאר'ע צענטערן איבער ניו יארק, און דערביי ביליגע דירות פאר די מרביצי תורה א.ד.ג.
די פארגאנגענע מצאי שב"ק איז אפגעראכטן געווארן א רייכער און עלעגאנטע באנקעט אין שפיץ פון כ"ק מהר"א מסאטמאר ווי עס האבן זיך באטייליגט בארימטע פילאנטראפן פון די שטאט וועלכע האבן אויסגעשטרעקט א האנט זיך אנרופענדיג מיט אסטראנאמישע סכומים ערהאלטענדיג דערביי ברכות קדשו פון כ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א.
ילכו מחיל אל חיל!
|
|