| נשלח ב-18/11/2009 01:31 |
|
| |
שיינע באזוך פון כ"ק אדמו"ר מספינקא ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א
נעכטען נאכט איז פארגעקומען א שיינע באזוך פון דעם ספינקער רבי ר' אייזיק'ל ביי כ"ק אדמו"ר סקווירא'ער רבי שליט"א בביתו נאוה קודש אין ווילאמסבורג.
דער ספינקער רבי איז געקומען לאדענען צו די חתונה פון זיין קינד וואס וועט פארקומען די קומענדיגע וואך, עס איז פארוואנדלט געווארן א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים. שטארק האט זיך אנגעזעהן די הערצה פונעם סקווירא' ער רבי וואס האט ארויסבאגלייט דעם געהויבענעם גאסט ביז צו די קאר.
כינוס לצדיקים נאה להם ונאה לעולם!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 01:51 |
|
| |
עס איז א שיינע מעשה אז אזא וועלטס רבי ווי דער סקווירא'ער רבי איז געווארן איזולירט פון די וועלט אוואו זיין שוואגער דער בעלזער, אז ווען ער קומט אין א שטאט קומט אים קיינער נישט באזוכן חוץ די פאר קליינע לאקאלע רבנים וואס קומען אויפפיקען די טשעקלעך.
לאמיר גיין פאוואליע, ווען דער סקווערער רבי קומט אויף בארא פארק קומט נישט פאר קיין באזוכן צווישן אים מיט זיין שוואגער דער ראכמעסטרוויקער רבי, און נישט מיט דעם באבובער רבי הרב"צ וואס הכל מודים אז ער איז דער גרעסטער רבי פון בארא פארק, א.א.וו.
אין מאנסי באזוכט ער נישט זיין שוואגער דער גרעסטער רבי אין מאנסי דער וויזשניצער רבי נאר אפאר מו"צלעך און מנין רבנים.
און ווילאמסבורג חוץ דער ר' אייזיק, און אולי אויך זיין קרעטשניפער געוועזענער שוואגער (...) זענען די צוויי גרעסטע חסידישע הויפן מיט מוסדות, סאטמאר און פאפא און די צוויי אדמורי"ם באזוכן נישט דעם א.ג. וועלטס רבי וואס געפונט זיך א גאס אפגעריקט פון זייער וואוינארט.
וואס איז מיט אים געשעהן די לעצטע פאר יאר? באהאלט מען פון אונז עפעס?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 01:54 |
|
| |
דיינע שטותים זאלסט
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 01:59 |
|
| |
בוסטו זיכער אז די צוויי זענען ביי אים יא געווען?......
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 02:09 |
|
| |
דיינע שטותים זאלסטו פארקויפן אין אנדערע ערטער, כ'ווייס נישט פונקט ווי, אבער נישט דא. עס דערקענט זיך קלאר אז די האסט אינעם גליון "חצר הקודש" נאך אין דיין לעבן נישט אריינגעקוקט. אלס איינער וואס קוקט יא אריין דערין וועל איך דא מגלה זיין פאר די ליינער, אז ער רעדט דא פוסטע שטותים סקוירא'ער רבי לעבט גאר פיין מיט זיינע שוואגערס מחותנים וועמען ער באזוכט כסדר, בעיקר פאר די הייליגע טעג. אין זיי באזוכן ביי אים אויכעט כסדר. דער סקוירא'ער רבי ווערט אויפגענומען דורך יעדן איינציגן רבי'ן אדער רב אויפן גאנצן כדור הארץ. אלס א קליין ביישפיל, דער ירושלימ'ער רב יעדעס מאל ער קומט קיין אמעריקא פארשטייט ער אז ער דארף באזוכן ביים סקוירא'ן רבי'ן כאטש וואס ער באזוכט נישט ביי קיין שום אנדערע רבי'ס (חוץ סאטמאר, אויף וועמען די עדה שטייט). יעדע רבי וואס פארט קיין מאנסי פאר א שבת מאכט א סטאפ ביים סקוירא'ן רבי'ן אין ניו סקווער. כ'בין זיכער אז דער סקוירא'ער רבי וועט באזוכן ביים סאטמאר'ן רבי'ן מהרז"ל אין ביים פאפא'ן רבי'ן, וועלכע וועלן זיך זיכער פרייען אים אויפצונעמען, זייענדיג איינע פון די מנהיגי הדור אין איז אנגענומען אין אלע קרייזן. אין בארא פארק איז נישט דא קיין איין רבי וואס נעמט אים נישט אויף, חוץ פון איינער, וועמען די רופסט אן דער גרעסטער רבי אין דער שטאט, וועלכע האט פראבלעמען מיט פילע רבי'ס, און דער סקוירא'ער רבי לאכט זיך אויס, וויסענדיג אז ער איז נאר איינער פון די פילע רבי'ס אויף די רשימה מיט וועמען מען פירט חשבונות. דער סקוירא'ער רבי איז העכער פון די קינדישע משוגעתן, וועלכע ווערט געפירט דורך אזוי גערופענע 'קלוגע פאליטיקאנטען', וועלכע ווייזן ארויס איינמאל און נאכמאל, אז זייערע חשבונות ברענגט זיי גארנישט א חוץ בזיונות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 02:11 |
|
| |
מישט נישט! אויב איז יא געווען א באזוך צווישן סקווירא אין בראד איז דאס נאר צוליב $$$$ גארנישט מיט ראביסטעווע
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 02:12 |
|
| |
נאך אזאך וואס איך פארשטיי נישט איז.איז דען נישט דער סקוירא'ער רבי א גאסט אין וויליאמסבורג, וואס דער סדר העולם איז אז ווען א רבי קומט אין די שטאט גייט ער באזוכן רבי'ס, נישט די רבי'ס קומען צום אים. אויף דעם פאל זענען עטליכע קלענערע רבי'ס געקומען באזוכן דעם סקוירא'ן רבי'ן, אין כ'בין נישט באקאנט מיט זיין סדר היום, אבער כ'גלייב אז אין די קומעדיגע טעג וועט ער באזוכן ביי אלע רבי'ס אין די שטאט, וואס ווי געזאגט גלייב איך זיי וועלן אים אויפנעמען בכבוד ווי עס פאסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 02:14 |
|
| |
דער בראדער קדוש האט נאך אזויפיל חסידים ווי ר' אייזיק ספינקער..... אפשר נישט אזויפיל שרייעדיגע שפיטצערס.....
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 02:20 |
|
| |
| משהמענטש כתב: |  | |
דיינע שטותים זאלסטו פארקויפן אין אנדערע ערטער, כ'ווייס נישט פונקט ווי, אבער נישט דא.
עס דערקענט זיך קלאר אז די האסט אינעם גליון "חצר הקודש" נאך אין דיין לעבן נישט אריינגעקוקט.
אלס איינער וואס קוקט יא אריין דערין וועל איך דא מגלה זיין פאר די ליינער, אז ער רעדט דא פוסטע שטותים
סקוירא'ער רבי לעבט גאר פיין מיט זיינע שוואגערס מחותנים וועמען ער באזוכט כסדר, בעיקר פאר די הייליגע טעג.
אין זיי באזוכן ביי אים אויכעט כסדר.
דער סקוירא'ער רבי ווערט אויפגענומען דורך יעדן איינציגן רבי'ן אדער רב אויפן גאנצן כדור הארץ.
אלס א קליין ביישפיל, דער ירושלימ'ער רב יעדעס מאל ער קומט קיין אמעריקא פארשטייט ער אז ער דארף באזוכן ביים סקוירא'ן רבי'ן כאטש וואס ער באזוכט נישט ביי קיין שום אנדערע רבי'ס (חוץ סאטמאר, אויף וועמען די עדה שטייט).
יעדע רבי וואס פארט קיין מאנסי פאר א שבת מאכט א סטאפ ביים סקוירא'ן רבי'ן אין ניו סקווער.
כ'בין זיכער אז דער סקוירא'ער רבי וועט באזוכן ביים סאטמאר'ן רבי'ן מהרז"ל אין ביים פאפא'ן רבי'ן, וועלכע וועלן זיך זיכער פרייען אים אויפצונעמען, זייענדיג איינע פון די מנהיגי הדור אין איז אנגענומען אין אלע קרייזן.
אין בארא פארק איז נישט דא קיין איין רבי וואס נעמט אים נישט אויף, חוץ פון איינער, וועמען די רופסט אן דער גרעסטער רבי אין דער שטאט, וועלכע האט פראבלעמען מיט פילע רבי'ס, און דער סקוירא'ער רבי לאכט זיך אויס, וויסענדיג אז ער איז נאר איינער פון די פילע רבי'ס אויף די רשימה מיט וועמען מען פירט חשבונות.
דער סקוירא'ער רבי איז העכער פון די קינדישע משוגעתן, וועלכע ווערט געפירט דורך אזוי גערופענע 'קלוגע פאליטיקאנטען', וועלכע ווייזן ארויס איינמאל און נאכמאל, אז זייערע חשבונות ברענגט זיי גארנישט א חוץ בזיונות.
|
|
זאג נאר די ווילסט רעדן פונעם באזוך פון גאב"ד ירושלים??? ווער דענקט נישט די גרויסע שעררוי' פארוואס דער גאב"ד איז אים געגאנגען באזוכן אויב נישט צו סטראשען מיט א פראטעסט פארן נעמען געלט פון די מדינה פאר די ת"ת אין ירושלים, וואס איז געגאנגען פארן ירושלימער רב בנפשו
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 03:25 |
|
| |
יא, דיין תירוץ איז זייער פיין אויף איין באזוך, אבער נישט אויף די כסדר'דיגע באזוכן, צוויי מאל זיכער, אויב געדענק איך גוט איז אפילו געווען א דריטע מאל.אונטערשטע שורה, דער סקוירא'ער רבי איז פון די אנגענומענסטע רבי'ס ביים יהדות החרדית, ביי וועמען אלע אלע רבי'ס אין רבנים, פון אלע קרייזן באזוכן, און נעמען אויף.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 16:06 |
|
| |
וואס האט רב"צ מבאבוב אקעגן סקווירא'ע רבי שליט"א, און פארוואס נעמט ער אים נישט אויף???
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 17:52 |
|
| |
דער באבובער רב האט גארנישט קעגען דעם סקווערער רבי. דער סקווערער רבי פילט זיך שילדוק צו רמ"ד, ווייל זיין שווער אדמו"ר מהרנ"ץ מבאבוב האט זיך געפארעט פאר די סקווערער חסידים ווען זיי זענען געוועזין אין די חד גדיא. ממילא גייט דער סקווערער תמיד צו רמ"ד
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 18:08 |
|
| |
פאפיטא, דו קאכסט אפ א געמויזעכץ באזירט אויף לופטיגע פשט'לעך, גראדע
גייען זייער פיל רבנים באזוכן סקווירא רבי שליט"א, נאר גרויסע רבי'ס גייען
ווייניג ווייל ס'איז איינגעפירט אז אז א רבי וואס קומט ערגעץ צוגאסט גייט
דער גאסט קודם באזוכן די רבנים פון שטאט, דערנאך שענקן זיי א ביקור
גומלין, אזויווי סקווירא רבי האט זיך נישט איינגעפירט צו גיין אויף אסאך
באזוכן, דעריבער גייען ווייניגער צוריק צו אים.
ס'איז נישט ווייל ער איז אויסגעשפילט אדער עפעס א פאליטיק וואס די רבנים
פירן, סקווירא רבי איז למעשה א שטארק אויפגעכאפטע רבי, ער איז שטארק
באקאנט אין דאקטוירים, אויך אין לויערס און העלפט ארויס טויזנטער אידן מיט
וואס ער קען, ער האט רויך זייער אסאך קוויטלעך, און ער איז שוין 40 יאר א
רבי פון א שיינע קהילה און א הערליך שטעטל.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 22:54 |
|
| |
צו זאגען אז סקווערע רבי איז אויסגעשפילט איז לועג לרש
ער איז אסאך מער מקובל אין דער וועלט ווי זיין סאטמארער שוואגער, אין אלע רבי'ס קומען צו אים.
ער קומט צוויי מאל א יאר קיין ווילי אין מן הסתם גייט ער נישט קיין באזוכען יעדע מאל באזונדער.
אבער איך גלייב נישט אז עס איז דא נאך א רבי וואס האט אזא עליה לרגל פון רבי'ס אין רבנים צו איהם.
anyone
די רעדסט נארישקייטען כאילו סקווערער רבי גייט נאר קיין באבוב וועגען הכרת הטוב, מען קען מיינען אז עס איז דא אנדערע רבי'ס וואס גייען נישט, קיינער גייט זיך נישט אריינמישען צווישען די צוויי באבוב'ס
בכלל אגב דער ר' אייזיק ספינקער איז א גרויסער סקווערער פארער מען קען זען כסדר שמועסען מיט אים אין חצר הקודש
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 23:03 |
|
| |
דער סקווירא רבי שליט"א איז באוואוסט אלס שטארקער תומך פאר בנן של קדושים, געווענליך ווען ער קומט אין א שטאט שיקט ער תמיכה פאר בנש"ק פון די שטאט, און אסאך פון די בנש"ק זענען מחזיק טובה און זיי קומען צו זיינע טישן, די וועלכע פראווען אליין קומען אים באזוכען, אבער עס איז נישט קיין סימן פון שוואכקייט, ער איז א וואוילער מענטש און ער האט ליב צו מאכן אידן גוט פילן, ער האט א גרויס געזעגענאכטס מיט קוויטלעך פון אלע קרייזן, ווייל ער מאכט יעדן גוט שפירן, ער הערט זייער גוט אויס א פראבלעם און ער ווייזט ארויס געפילן, אסאך מאל קען ער געבן אן עצה, ער רעדט דעם שפראך וואס יענער פארשטייט, ער האט נישט קיין פראבלעם צו ענפערן אויף ענגליש אדער עברית, ביים נעמען קוויטלעך פראוועט נישט הייליג אזויווי ביי די טישן, ער איז דאוון טו אירט ווי מען זאגט אויף אינגליש, אויסער דעם איז ער א קלוגער איד ונהנין ממנה עצה ותושיה, איך גלייב אז אויב ער גייט נישט ארום באזוכן קיין רבי'ס איז צוליב וואס ער איז פארנומען מיט קוויטלעך וכדו', אין די רביס וואס קומען צו אים מסתם זענען זיי אים שילדיג הכרת הטוב,
|
|
|
|
|