עס שטעלט אלס מער און מער ארויס אז כ''ק רבינו שליט''א איז דער רבן של ישראל, און יעדע גוטע זאך וואס רבינו שליט''א טיט אויף לטובת הכלל, ווערט איינגעפירט ביי גאנץ כלל ישראל, אפי' ביי די זאליבאנעצעס, ( וואס האבן נעבאך נישט קיין רבי)
רבינו שליט''א האט איינגעפירט חתונה תקנות, קימט צו גיין לייזער קעסטנבוים דער אבי אבות הזאליס, און בויעט אויף א פרדס זאל, אז יודען זאלען קענען חתונה מאכען ביליג,
רבינו שליט''א פירט איין א באגריף פון א היכל התורה, ווערט מיטאמאל און זופניק א היכל התורה, און ראדני, און אזוי ווייטער, עס ארבייט זיך פשוט נישט אויס, ווייל און א פלאטץ וואס מען ווידערשפעניגט אונעם הייליגען באשעפער, איז נישט דא קיין ס''ד,
איצט קימט די שחיטה, די זאליבאנעצעס האבן זיך דער זען און א ערענסטע פראבלעם, זייט רבינו שליט''א האט איינגעפירט די שחיטה און טעקסאס, האט די מליחה ואילך בוטשער אנגעהויבען אונטעררצוגיין, די סיבה איז פשוט ווייל דער עולם וויל עסן כשר'ס
האבן די חכמי חעלעם, די אנפירער פון די זאלי פארטיי געמאכט אן אסיפה, און צו זייער גרויס צער באשלאסען און מען מיז אויך מאכען א נייע שחיטה, פשוט אז דער בוטשער זאל קענען בלייבען אפען,
אבער וואס דארף מען מאכען א אייגענע שחיטה, עס איז דאך א שאד אויף די געלט, מען קען דאך מיט דעם געלט צאהלען פאר פארמעגליך – דאסקאהל אד''ג ???
איז מען אויף געקימען מיט א עיצה אז מען גייט פשוט אויסשפיעלן דעם עולם,
מען האט זיך פארבינדען מיט מיעל מארט, און מען האט באשטעלט ביי זיי א גאנץ טראנספארט פון שחיטת בית יוסף וואס מיעל מארט שטעלט צו פאר די ספרדים און תימענע, און ויהי לשחיטה חדשה,
די גראפיגערס זיצען אצינד און גרייטען שוין צו די באמבאסטישע מודעות, פון די נייע זאלי שחיטה, וואס וועט ערשינען מארגען אונעם געאסרטען טמא'נעם צייטונג ''דער יוד''
נאך מער עס איז ניטאמאל די עכטע שחיטת בית יוסף עס איז אביסעל מער גלאט, וואו די געהעריגע פלייש, די עכטע גלאטע פלייש איז נאר די פון טעקסאס, מען רופט עס נאר נישט בית יוסף, ווייל מיר זענען רמ''א יודען,
תוקן על ידי המהדרין ב- 18/11/2009 21:02:32