| נשלח ב-19/11/2009 01:54 |
|
| |
יונה בעקער: כ"א כסלו טריפ ! (סוד גדול)
דאס וואס רבי יונה דער שר האופים שרייבט אין בעקערי פארום:
זאלונים: כ"א כסלו טריפ ! (סוד גדול)
די דעפרעסטע זאליס זעען זיך ארום יאר איין יאר אויס ווי זייער כ"א כסלו איז אויסגעשפילט, און ביי די ארונים איז עס מעכטיג.
פארגעסט נישט, זיי האבן דעם "בית המדרש החדש והנורא" - די גרעסטע בית המדרש החדש אויפן כדור הארץ, וואס א גאנץ יאר איז עס א סטארעדזש, ווערהויז און נעילת החג פיקטשער טיש - אבער זיי זענען דאך נישט העפי.
די ארונים מאכן אין א ריזיגן שאטער ביים וואסער, מוזן זיי אויך עפעס טראגן די קינדער (דעם 60'יעריגן בעבי הנקרא רז"ל), מיט אלע ילדים, אז זיי זאלן זיין העפי.
איז געשאפן געווארן א פלאן פון ליפי קרויס, בלעקבערי רעבע מיט'ן אדמו"ר הגדול הפיקטשער רעבע, אז מ'גייט ערגעץ אוועקפארן אויף כ"א כסלו, און מ'וועט מער נישט פראווען אין בית המדרש החדש !
וואו, דאס איז נאך א גרויסער סוד, אבער מ'רעדט פון א זאל פון בערך א מיליאן א האלב סקווער פיס, און מ'וועט טראגן דעם עולם מיט באסעס, און ס'וועט זיין פרייליך.
דער פיקטשער רעבע אליינס איז אראפגעפארן (צווישן אין שלאף און צווייטן) באטראכטן די פלעצער, און נאכן אויסמעסטן און זיך דארעכשמיסן מיט די פאפעראצי און אלע פיקטשער מאכער, וועלכע פיקטשערס וועלן זיין בעסער און קנאקעדיגער אין וועלכע זאל, וועט ער באשליסן (!)
הדה היא דכתיב: להחזיר עטרה ליושנה !
ביז אהער פון דעם יונה דעם בעקער.
*
מורי ורבותי איך בין געקומען דא אייך אלעמען איבערגעבען בשם די "דיפרעסטע זאליס" (כלשון יונה) אז צוליב דעם שרעקליכען שטורעם וואס דער שר האופים האט אנגעמאכט מיט דעם הייד פארק אויפדעקונג פון דעם "סוד גדול", האט מען צוריק געצויגען אלע פלענער. עס איז אויס מיט די האלב מיליאן סק. פיס זאל, עס איז אויס מיט די פרייליכקייטען, עס איז אויס מיט די באסעס, און עס איז אויס מיט די טריפ. פערטיג. דער 60'יעריגער בעבי הנקרא רז"ל, מיט אלע ילדים, גייען נישט זיין העפי.
מען גייט ווייטער מאכען די כ"א כסלו מסיבה אין בית המדרש החדש והנורא" - די גרעסטע בית המדרש החדש אויפן כדור הארץ, וואס א גאנץ יאר איז עס א סטארעדזש, ווערהויז און נעילת החג פיקטשער טיש. ליידער.
עס איז נישט קיין פראגע דעם אומגעהויערען כח וואס יונה מיט זיינע אנדערע ניקס אויף הייד פארק, טראגט. אין די רגע וואס יונה דער בעקער קומט ארויס מיט א אויפדעקונג, קומען זיך באלד צאם ליפי קרויס, דער בלעקבערי רעבע מיט'ן אדמו"ר הגדול הפיקטשער רעבע אין די דיפרעסטע אפיסעס פון די דיפרעסטע זאליס און זיי הייבן אן צו וויינען אז ווידער איז געלונגען פאר דעם חכימא דיהודאי, שמואל ווידער, אויפצודעקען זייערע פלענער פון פראבירען אויפצולעבען די זאליס פון זייער דיפרעסיע.
די דיפרעסטע זאליס זענען מיט די נאז אראפ אז זייער רבי ווייסט נאר פון שלאפען, לאכען צו מענטשען, הערען דשיגאן טעיפס און זיך פיקטשערען מיט די פאפעראצי און אלע פיקטשער מאכער. זייער רבי מאכט נישט קיין תקנות, זייער רבי קען נישט קיין פלפול, פירט נישט די וועלט, און דא האט דער פשעווארסקער רבי שוין אויך איבערגעלאזט די זאליס און געווארען איינס מיט דעם "הגה"ק רבי", און דא לאזט דער ראב"ד אויך שוין איבער די זאלי פארטיי און זעט איין אז דער "הגה"ק רבי" איז דער וועלעכער איז א לידער, א תקיף, א פירער, און נאר ער קען פירען סאטמאר בכל אתר ואתר.
די זאליס זעעהן זייער גוט איין דעם אמת אז די ארוינים זענען די וואס בויען זיך און טיילען זיך אפ, זיי עפענען שולען אין מאנטרעאל, אין אנטווערפען, און אימעטום הערט מען נאר פון די ארונים. די זאליס ווייסען זייער גוט אז זייער מצב אין די וועלט איז אויף גרויסע צרות. די גאנצע "גאס" זעט איין אז דער הגה"ק רבי איז אזאנס וואס איז שוין נישט אראפגעקומען אויף דער וועלט זייט קיינמאל. עס איז נאך אזאנס נישט געווען. און דא זיצען די זאליס און וויינען אויף זייער מצב. זיי ווייסען זייער גוט אז די ארוני פארום איז די שטערקסטע אויף הייד פארק, און זיי ווייסען אז די גאנצע זאלי פארטיי ווערט נאך מער דיפרעסט ווען מען שרייבט אין הייד פארק אז די זאליס זענען דיפרעסט.
און ווען ענדליך קומט מען שוין אויף מיט א פלאן וואס וועט אביסעלע אויף לעבען די דיפרעסטע פארטיי, און בומס! מען האט אויף געדעקט דעם "סוד גדול"! יונה האט אלעס פארציילט פאר די גאנצע וועלט. און פארשטייט זיך אז ווי נאר שמואל ווידער שרייבט עפעס צו וויל עפעס איז דא גאנצע "גאס" מיט אים. אויף דעם איז נישט קיין פראגע. שמואל ווידער איז בעה"ב אויף די גאס. אויב גלייבט איר מיר נישט, דאן קענט איר פרעגען אלע פאלאטישאנס. זיי ווייסען שוין אלע אז שמואל ווידער איז דער וואס דעצידירט אלעס וואס טוט זיך אין אלע היימישע קרייזען. שמואל ווידער איז דער וואס פירט אלעס. אויב זאגט שמואל ווידער אז אייזיק אבראהאם דארף אריין קומען אינעם סיטי קאנסיל, דאן גייט אזוי זיין. אויב שמואל ווידער זאגט ראדני וועט זיין ר' אהרןס, וועט אזוי זיין. דאס איז שוין כולי "עלמא" מודה. די וועלט, די גאס, די צייטונגען, די פיקטשער מאגאזינען, ווייסען שוין אלע אז עס איז דא היינט נאר איין סאטמאר אין דער די גאנצע וועלט, גאס, צייטונגען און מאגאזינען.
דעריבער איז שוין נישט קיין חידוש אז ווי נאר יונה האט אויפגעדעקט דעם "סוד גדול" האט מען אפגעמאכט אז די אלע פלענער דארפען שוין ווערען צונישט, און עס איז גארבעדש. ליפי קרויס, דער בלעקבערי רעבע מיט'ן אדמו"ר הגדול הפיקטשער רעבע האבען זיך גענומען שרייען אויף די שפיצקע אז זי מיט יענקי האבען ארויסגעלאזט דעם "סוד גדול" און דורך דעם וועט ווייטער זיין דער כ"א כסלו דורך געפאלען, ליידיג, דיפרעסט,
די שפיצקע מיט יענקי האבען צוריק געשריגען אז עס איז דער שפיטיווקער שרף מיט'ן יפויער רינדיגען שיכור וואס האבען זיך מחמת שיכרות פארעדט און אין ראדני דרייען זיך ארום די ארונים פראנק און פריי און זיי האבען אלעס געזען און געהערט און גלייך פארציילט און פון דעם איז שמואל ווידער אלעס געוואיר געווארען.
*
און דאס וואס פארשטיי שרייבט אויף די ווערטער פון יונה'לע בעקער אין בעקערי פארום:
דער ''חכם ונבון'' דער ר' סענדר בדורינו, האט פלאנירט נאך א סופרייז!
מען גייט פארן צו די טריפ מיט א טשוטשו טרעין, זכר לנס,!
און מען האפט אז די טריפ מיט די טשוטשו טרעין וועט אביסעל אויף הייבען דער דערשלאגענער געמיהט, נאך אזא שווערע עפאכע,
די ר' לייבוש שקר איז צו בלאזען געווארען וואו זייפן בלאז!
ריח''מ באקימט קאלטע פוס צו די זאלי פארטיי, און זיכט וועגן וואו אזוי צו קריכען פון די בלאטע וואו נחמי קרויס דער ברידער פון דעם ''חכם ונבון'' ליפאלע קרויס ל''ע, האט אים אריין געשטיפט,
הגז''ל פילאף ווערט נתגלה וואו א פאלנער לא ציית לדינא,
וע''כ די פגירה פונעם שרייבער פארמעגליך,
מען האפט אז מיט די טריפ וועלן די עצמות יבישות באקימען א שטיקעל חיות!
ביז אהער פון פארשטיי
*
דאס וואס פארשטיי שרייבט, איז נאך ארגער פון אלעם. זיינע ווערטער קענען צוברענגען אז דער 60'יעריגער בעבי הנקרא רז"ל, גייט אלעס אויף געבען. עס קען נאך זיין אז נאוועמעבער 30 גייט אלעס צוריק! ווער געדענקט נאך "נאוועמבער טורטי"! "נאוועמבער טורטי"! "נאוועמבער טורטי"! "נאוועמבער טורטי"!
כה לחי
ארענזש קאנטי קארט איז נעקסט!
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 19/11/2009 02:24:41
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 02:45 |
|
| |
ביטע נאר מגיב זיין אין דערנעבדיגן אשכול "ברוכים הבאים פארמעגליך"
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 05:03 |
|
| |
די אראנדשקייט אין יונה בעקער'ס פרצוף
שטעלט אייך פאר ווי אזא שיינער איד ווי ר' יונה מיטן אויסגעקעמטן בארד שפאצירט זיך מיטן גראדן ריקן, פלוצלינג פליט אים אן אראנדש אין פנים און פלאצט אויף מיט זאפטיגע אראנדש דזשוס. עס הייבט אים אן צו רינען אויפן שיינעם אנצוג און דער עולם שטייט און קאלערט זיך פאר געלעכטער. ולא מצאה היונה מנוח לכף רגלו ער ווייסט זיך נישט וואהין צו טאן פאר בושה. נא וואס מיינט איר, רבי יונה'לע פארלירט זיך?
אה! ער דרייט זיך צום שכן זיינער און קוקט אים אן כאילו דער אראנדש האט גאר באטראפן דעם שכן, און נעמט זיך מיט לאכן מיטן עולם פון זיין שכן. עס נעמט אפאר סעקונדעס און דער עולם זעהט דאך אז זיין פנים איז דאך אינגאצן פארשמירט און ער איז מלא וגדיש מיט אראנדשן זאפט. יונה פארלירט זיך ווייטער נישט. ער מאכט הויך א שהכל מיטן שם ומלכות און געט א לעק דעם מיץ האראנדשן וואס רינט אים אויפן פנים און אופן בארד און זאגט: נאר אויף דעם האב איך געווארט, איך בין דאך אזוי דארשטיג נאך אביסל אראנדש דזשוס און דער רבוש"ע האט עס מיר אריינגעשיקט אומזיסט. ממש אמחיה.
אזא פנים האט דער יונה'לע די לעצטע צוויי טאג זינט ער האט געכאפט דער אראנדש קאונטי פראסק אין פנים. דא אין די אראנדשע קאונטי קען דאך נישט זיין קיין פארליסט פארן קדוש'ל ווארום ער איז דאך מרא דאתרא אין קרית יואל והגלילות וואס איז כולל אראנדש קאונטי ובתוכם גושן, ובפרט נאך די תשובה פון דעם "בעל אגלי דבש" אז ר' אהרן איז מרא דאתרא אויך אין די גלילות, איז דאך דער מעקגירק מיטן גבאי זיינעם פאגערטי כפוף ונכנע למשמעתו ולהוראתו ולשחיטתו הקדושה והטהורה, ווער רעדט נאך נאכדעם וואס דער גאון אדיר ובקי בכל מכמני התורה אלי' סימאן האט געשריבן א תשובה להלכה אז דער בית החיים באלאנגט פאר דעם קדוש, און דער פסק הלכה האט מען דאך אריינגעלייגט אין קאורט, נו ווער וועט זיך וואגן מחולק זיין אויף דעם אילן גדול אלי' סימאן?
און לאמיר נישט פארגעסן דעם בית הגדול "יוניידעט עסקליעסטיקעל ראבייס אוו סאטמאר" וואס האט שוין ערקעלערט אז דער קדוש איז ממלא מקום פון סאטמאר בכל אתר ואתר, און דאס איז שוין כתוב וחתום דורכן מזכיר שמואל דוד מארקאוויטש און אפילו דערווישט דעם חתימה פונעם מנהל הבית דין משה דוד גאלדשטיין. און נאך א פסק פון אזעלעכע גרויסער רבנים, וועלכער שופט אין דער וועלט וועט זיך אפילו וואגן צו טראכטן אז ער קען אדער מעג פסק'נען אנדערש פון דעם קדוש, וואס האט זיך אויסגעדריקט אזוי האב איך געזאגט און אזוי וועט זיין?
ממילא איז דאך דאס שוין א רעלידזשעס קעיס און דעריבער קען מען זיך שוין נישט מישן, ממש ווי פסח ווען מען מישט זיך נישט ביז קאפי אין בית מדרש. ועל כלם האט מען דאך שוין מברר געווען אויף הייד פארק און אויך אריינגעשריבן אין די קאורט פאפירן אז די ארונים זענען דאך דער רוב, ווייל זייער לאונטש פראגראם פון די מוסדות וויליאמסבורג בארא פארק קרית יואל באטערפט דאך מער ווי דער לאונטש פראגראם פון די זאליבצענער, נו ווער וועט זיך וועלן זאגן קעגן דעם רוב?
"קיין איין שופט וועט נישט גיין קעגן רוב", האט דער עקספערט יאנקל פריינד מסביר געווען וואס פארשטייט דעם מהלך המחשבה פון שופטים, און שוין ארויסגעפרינט פינעם אינטערנעט פינקטליכע ציפערן, און דעריבער: קעיס קלאוזט.
און דערנאך האט נאך דער ספינער אריינגעווארפן א פלאקן, מיטן שרייבן בכתב און דערנאך מסביר געווען בעל פה אז היות דער סכסוך איז דאך שוין סייווי ביי דין תורה, דעריבער טאר דאך דער קאורט נישט מישן, ועל כולם האבן דאך שוין די זאליבצענער א אייגענער קבירת חמור סעמיטערי פאר זייערע מאנגאליענס, דעריבער איז דאך א דבר פשוט מאוד אז די גניבה דארף מען נישט צוריק געבן ווייל זיי האבן עניוועיס א מקום קבירה.
און נאך אזעלעכע ברעינסטארם טענות אז לית נגר ובר נגר דיפריקנה, איז שוין נישט קיין ספק אז ווען דער קעיס וועט אוועקגיין פון ברוקלין אינטער די נעגל פון נידערמאן, מענצער און נאצי לאפעז וכת דילי' און וועט אריינקומען דא אין די גלילות (לויט'ן ,איגלי דבש"), וועט אלעס ארויספליען פון פענסטער און אלע פאפירן וועלן אריינגעווארפן ווערן אינעם היייליגען סוער און עס וועט באגראבן ווערן קבירת חמור אינאיינעם מיט די מאנגאוס אין פאלאקס לאט.
די בחורים וועלן ארויסלויפן אויף פאלאקס לאט זינגען דעם זיבעטן הקפה ניגן גענוי אזויווי ביים באגלייטן תשנ"ו, און דער פאסט מייסטער וועט ארויסלויפן פינעם לישקע מיט אלע פולישע גוים'ס עירוב און קומען צו לויפן אויף די פיס שיקן שליחים צום קדוש'ל אז ער האט גארנישט קעגן אים, און דערנאך דער מסרב פיליפ זיך אראפצוען דעם היט אויפן שובבים פנים און כאפן א שייגעץ ארויס מיטן פייער עקסטיגניטשער, די זאליבצאנער וועלן לויפן צו מענדעלעס טעאטער אין תל אביב צום שימעלע און אריינווארפן דעם שטריק אין הייליגן זשעקוזי. און פטור, קאפוט, דערנאך, פארפאלן, טויט, געשטארבן, געפייגערט, געהרגט, געטויטעט און באגראבן...
דערווייל האט דער אראנדש אויפגעפלאצט אויף יונה'לעס פנים בפני כל עם ועדה, דער אראנדש קאונטי קאורט האט געפלאצט. שמואל ווידער האט באפוילן ארויסשיקן טעקס מעסעדשעס שנעל, "ענאדער וויקטערי מאושען דענייד". קודם זאל מען מיינען אז נישט ער האט געכאפט דעם ארענדש אין פנים נאר דער שכן. נאך אפאר מינוט האט ער זיך אריענטירט און געגעבן ר' יונה דעם גרויסן נצחון אז דער געריכט האט באשטעטיגט אז מען גייט יא דן זיין אויפן איבערשרייבן דעם בית החיים, און מחדש געווען אז דער שופט שרייבט גאר אינעם פסק אז געגאנגען מיט דיסקאווערי, צווישען די וואס וועלן דארפן אראפ קומען אין געריכט און מען וועט זיי אויספארשען זענען די קלעגערס, די הויפטן פון די מוסרים ומלשינים מסרבים לדין ווי: ר' זלמן לייב טייטלבוים, ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן, ר' שאול פערלשטיין, ר' זלמן לייב פילאפף, ר' שלמה לייב וויינבערגער. ער שרייבט ווייטער: עס ווערט ערווארטעט גאר ליסטיגע טעג. שמואל ווידער יובל'ט פאר פרייד ממש אקוראט דאס וואס ער האט געוואלט, אל הנער הזה התפללתי.
איי וועט דאך דער "חלה דעקל" פרעגן, האבן די מוסרים ומשתלטלים על הציבור נישט געוויסט פון דעם סוד וואס רופט זיך דיסקאווערי? האבן זיי נישט געבעטן דיסקאווערי פריער, האבן זיי נישט פארשטענען אז די ליסטע פון דיסקאווערי וועט קומען אויף צוריק אויך? שטייט דען נישט אין די קארט פאפירן וואס יעדער קען ליינען אז די מוסרים פארלאנגען דיקאווערי? אויב אזוי ולמשחה מה זו עושה, און אויב טאקע דייקא דאס האט ר' יונה געווארט צו קענען גיין ווייטער מיט דיסקאווערי אויב אזוי פארוואס האט אויסגעפעלט די אלע דריי מאושענ'ס צו דיסמיסן די קעיס? (א קשיא אויפן "חלה דעקל"...)
צי טראכט דער "חלה דעקל" אז דער קאורט וואס האט שוין איינמאל אראפגערופן דעם קדוש'ל אין געריכט און אים געווארענט אז ער וועט אים אריינשליידערן אין תפיסה פאר'ן נישט אויספאלגן זיין פסק אריינצונעמען יוסל וואלדמאן'ס קינדער אין די תלמוד תורה, דער זעלבער געריכט וואס האט זיך נישט דערשראקן פון קיין איסורים וחרמים און אויך נישט פון זיין האריגן פעלץ, את בגדי עשיו בנו החמודות פון די סדרה, וואס ער האט זיך אנגעטוהן פארן שופט, דער זעלבער געריכט קען נאכאמאל אראפרופן דיסקאווערי דעם קדוש דעם סבלן פינקט אזויווי דער בג"ץ ממליחה ואילך.
דער קדוש האט אזוי שיין מסביר געווען בשעתו אין זיינע זאפטיגע דרשות בטוב טעם ודעת וואס דאס מיינט "אי. בי. טי.", און וויאזוי מען האט אים אראפגערופן פאר אי. בי. טי. אולי וועט מען האבן די זכיה דאס מאל נאכאמאל צו הערן די דברי חכמה. אבער יונה לא מצאה מנוח מיט דעם דיסקאווערי געווינס, און אריינגענומען קוב"ה אין זיין געווינס, די אהרונים און קודשא בריך הוא בינעזאם האבן פארלוירען! איצט איז עס שוין צרת רבים חצי נחמה, ער איז שוין נישט אליין מיט פארלוסט.
נאך דעם גרויסן געווינס עדיין לא מצאה היונה מנוח, ער האט געמוזט טראגן די זאליבצענער אויף א טריפ מיט זיין געלע באס "בסוד גדול", און זיי אנגעפרעסן מיט "בית יוסף מליחה ואילך" שחיטה און דערנאך אנגעמקל'ט די ביינער דעם "שווארץ" וואס איז דעם "רינדיגן יפו'ערס" רעכטע האנט, נאכדעם וואס דער אנדערע רעכטע האנט האט שוין נישט קיין ציין אין מויל, און דער "שפיטיווקער" האט אפירגענמען דעם רעסעפי פונעם "יקרבו קיגל" לכבוד שבת תולדות וואס דער יונגערער האט פארכאפט די ברכות, און פארשטייט זיך אלעס נאר צוליב דעם טויט קלאפ וואס פשעווארסקער רבי האט דערלאנגט און אוועגעשטיפט דעם שטריק און געבעטן אז מען זאל שוין רופן דעם קדוש זאל קומען טאנצן מיט אים, און נאכדעם וואס תולדות אהרן האט דערלאנגט דעם צווייטן פראסק אז ער האט זיך יא געלאזט טרעפן מיטן רשכבה"ג ביי א ברית, די זאליבצאנער זענען צושלאגן און צוקלאפט זיי דרייען זיך ארום למה זה אנכי.
יונה וועקט שנעל אויף זיינע קאלעגעס, און דער "יאנקעלע11" מיט זיין לשון לימודים איז שוין ווידער ארויסגעקומען מיט זיינע פרעדיקשאנס אזויווי ער האט פרעדיקטעד ביי ראזענוואסער'ס געריכט אז דער אפיל וועט דאס באשטעטיגן און באראש וועלען זיי באזייטיגן, וכאשר פתר כן היה, אזוי אויך האט ער שוין פותר חלום געווען מיט גענויע אנוויזונגען מראה מקומות פון טעמי המנהגים און פסקי בעל שם טוב וואס דער שופט מוז זיך רעכענען און ארויסווארפן דעם טרענספער קעיס, און אלעס איז נאר חיי שעה.
המשך יבוא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2009 00:33 |
|
| |
וואס האט הגאון ר' געציל בערקאוויטש שלעכטס געטוהן אז אים האסטו אויך נישט פארשוינט?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2009 17:08 |
|
| |
נישט מגיב זיין דא ביטע
תוקן על ידי המהדרין ב- 24/11/2009 03:15:55
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2009 23:22 |
|
| |
נישט מגיב זיין דא ביטע
תוקן על ידי המהדרין ב- 24/11/2009 03:16:56
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2009 18:54 |
|
| |
נישט מגיב זיין דא ביטע
תוקן על ידי המהדרין ב- 24/11/2009 03:16:25
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2009 21:20 |
|
| |
i see he was right thay are making it far away
|
|
|
|
|