היינט
אינדערפרי טרעף איך מיין גאר נאנטער ידיד א פארביסענער זאלי'ס וועמען איך
זעה {- ווי אלע זאלי'ס} נאר שעלטן די לעצטע שטיק צייט, אבער דאס מאל איז
ער איז העפי אין אויפגעהייטערט, די שמייכעל איז פין אויער צו אויער (בערך
ווי ווען זייI רבי לאכט ווען ער הערט א זשאוק) קוקט אויס ווי היינט האט
ער געהאט א גיטע טאג וואס ער שוין לאנג נישט.
כ'האלט
נישט איין מיין נייגער אין כ'פרעג אים וואס ביזטו אזוי פרייליך, ענק האבען
'שוין' די ביה''ח אדער איז דא נאך א מאנגא אין פאללאקס לאט, אדער וואס?
ער ציט אויס זיין ברייטע שמייכעל אין מאכט ווי איינער זאגט ''אסאך בעסער'ס ווי דעם''
נו! וואס? פרעג איך אים שוין מיט מער נייגער,
וואס
הייסט כ'וועל דיר ווייטער שיקען די טעקסט מעסעזש וואס כ'האב יעצט באקומען,
אין ביז אפאר סקונדעס קלינגט מיין טעל' פאר צייכען אז א פרישע טעקסט
מעסעזש איז ערשינען, אין כ'ליין די פאלגענדע:
SatmarHQ: BREAKING! Farmaglich just Update New Eshkol Yidisha Gedank: http://bit.ly/1uJKMD
כ'שטיי אין כ'קוק אים אן.... די רעדסט פין 'פארמעגליך פין היידפארק', (א ברייטע) יא
ענטערט ער מיר מיט א זיגרייכע שמייכעל? אין לייגט צו זיגרייך: באלד גייט
מען עס אוואדאי טיילן ביי אינז אין כולל, כ'האף אז דאס מאל וועט זיין
גענוג קאפיעס פאר יעדן, אין אינז העמיר האבען וואס ענק צו ענטפרן, ריש דיך!
אין
ער פארשטייט נישט פארוואס כ'קוק אים אזוי אן, אין ווי ער האט זיך צינאר
געלייגט, אין פאווערד גלייך די ברעקינג נויז פאר זיינע איבריגע קאנטאקטס.
נו, כ'ווייס נישט אויב ער שטייט נאך אלס, מיט די טעקסט מעסעזש, כ'האב מיך געאיילט, אין אריינגעזעצט אין קאר אנצוקומען צו מיין ציל,
אזוי פארענדיג האב איך מיך נישט געפוילט, אין אריינשפאצירט אינעם
נייעם קינדערישען פארום, אין כ'באגעגן זיך טאקע מיט זיין פרישע מעכטיגע
אשכול, ס'האט שוין א קליפ צו ליגען די ''ערשטע'' אינעם (נייטראלען) אשכול,
אין פארשטייט זיך אז קיינער קען דארט נישט מגיב זיין ווי אייביג.....
ווייל ווען יא...!
אין וואס אנדעקט ער דארט???
א מעכטיגע אטאקע קעגן ר' יונה אין פארשטיי!!!!!!!!!!!!!! ער לאזט זיך
נישט שפייען אין די קאשע, אין ער מאכט חוזק פין אלע ארונישע ניקס פין
היידפארק, אזש כ'בין נייגעריג אויב די ארונישע ניקס וועלן זיך נישט שעמן
ארויסצוגיין אין גאס.....
נו, טראכט איך צו מיר, פין דעם רעדט מען? דאס מאכט זיי אזוי העפי? קען
זיין מען האט מען נישט געצאלט אין די פעיפעל אקאונט? נו! א קשיא אויף א
זאלי'ס.
קוק איך ווייטער זעה איך א פרישע אשכול מיטן פרייליכען קעפל וואס ליינט זיך: ברוכים הבאים צו אונזער חשובע גאסט 'פארמעגליך'
ווי די קינדערלעך פאטשען זיך די בייכער, ענדליך וועט מען קענען רואיג לעבן, ''פארמעגליך פין היידפארק'' איז ציריק דא.....די שמחה איז געוואלדיג
דער
מנהל וואס איז לכאורה נישט קיין אנדערער ווי אינזער בעקער פארמעגליך
אליין'ס נעמט גאר קרעדיט פאר דעם געלונגענען שריט פין אויפוועקן
פארמעגליך,
(פין מזלמזל:
ברוכים הבאים צו אונזער חשובע גאסט 'פארמעגליך'
פונקט היינט האב איך אריינגעטראכט ווי וועט 'פארמעגליך' מפרסם זיין זיינע טייערע רעיונות וואס ווערט
פארשפרייט איבעראל, און ב"ה איך זעה אז ער האט אויסגעוועלט די דאזיגע אכסניא, דאס איז א שטארקע
קאמפלימענט פאר דער ניייע פורום, און יעצט צו דיר פארמעגליך מיר האפן צו נהנה זיין פון דיין געלונגענע
ארבעט ביתר שאת וביתר עוז.
פין המהדרין – איינס פין פארמעגליך'ס ניקס:
עס
איז אונז באמת א כבוד אז נאך די פולע הפצרות צו פארמעגליך אז ער זאל
אריבעקומען שרייבן אין אונזער פארום האט ער דאס היינט אנגענומען, און ער
איז צוריק מיט זיין זיס פעדער'ל.
עס בלייבט אונז נאר איבער צו ווינטשןו פיל הצלחה און זיין ווערק.
פין באלאנד:
ברוכים הבאים! איך האב מיך שוין אזוי געבענקט.....
וכ'ו)
אבער
ס'נעמט נישט לאנג די שמחה אין עטליכע אויבער חכמים הייבען אן צו פארפירן
''דאס איז דער פארעמגליך פין וועם מ'רעדט?''........ אין מ'הייבט אן
דרייען מיט פשטים אז הומאר קען ער אויך...(לכאורה גייט ער שוין אויף שמחות)
אזש דער גרויסער בעקער אליין פארענטפרט זיך אז ער איז מאדי אין יעצט איז ער פאר הומאר וכ'
אין פאלגט נאך מיט א נחמה פין חי שעה:
ברוך הבא פארמעגליך
די אלע וואס האבן טענות אויף פארמעגליכס איצטיגע ארטיקל זענען לכאורה קליינע קעפעלעך.
פארמעגליך האט דא געמאכט א געוואלדיגע ארבעט מיטן ארויסברענגען די "מהלך" פון די ארוינים.
-------------------------------
עס איז ערווארטעט אז מ'גייט עפענען א פרישע פאזע אינעם ארץ החיים
קאמפיין ווי די געלט וועט זיין געווידמעט פין פארמעגליך'ס פעיפעל אקאונט
(סיי ווי די בעלים פין די לאטס אינטערן פלויט קענען זיך מייאש זיין פין א
דאללער..) די התחייבות וועט ארויפגיין מיט 10% אין א גענעראל פארזאמלונג
וועט בקרוב פארקומען, האלטס אייך געשפאנט.