דער גוי (איד) כאפט ביטערע אטאקע
משה פראדל די פירער פון דער גוי (איד) און געוועזנער גבאי האט געכאפט א שווערע אטאקע.
די וואך אין דער איד גיסט ער אויס זיין כעס ער שימפט און שעלט, ער קען
דער אטעם נישט כאפען, ער לויפט פון איין קללה צום צווייטען, פון עס גיסט
בלוט פון אים.
פון צומישענישט מישט ער אלעס, און כאפט ווערטער ווי הייסע לאשקן, ער גיט זיך ארויס זיין בויך ווייטאג וואס בעדערט אים געפערליך.
עס איז כדאי ער זאל יעדע שטיק צייט שרייבן וואס באדערט אים געפערליך אזוי ווייסן די אהרונים וואס צו טאן ווייטער...
טייל פון די ליסטע אויף וואס ער שרייט ביטערליך די וואך
דאס מערסטע פארפירט ער אויף:
דאס אז די אהרונים נעמען קרעדיט פאר ברכה סימא.
און די אהרונים האבן די בית החיים
דערנאך:
די אהרונים נעמען קרעדיט פאר חיים יושע זאל אין מאנסי.
מען האט געריפען בן פראדל אין קארט פארן איינשפארן און טרינקען דאס בלוט פון מרן ברך משה.
מען האט געשיקט א "קאנטעמפט": פאר דעם מסרב לדין זלמן לייב וואלדמאן.
רבינו שליט"א איז סאטמאר רבי.
די מהודר'דיגע סאטמאר אריזאנע מצות.
די מהודר'דיגע סאטמאר טעקסאס בהמה גסות.
די מהודר'דיגע קרית יואל טשיקן שחיטה.
די יסודי התורה שיעורים.
די בני יואל האט מען די סוער אפגעהאקט.
די אהרונים לאכן אפ פון די פאלטשע צדיקים מיט די ברייטע ביבער הוטן.
די מצה בעקעריי פון דוד ראזנבערג טוט נאך די מצה בעקעריי פון די אהורנים צו נעמען היימישע אינגעלייט צו באקן.
דער בלאט מאכט אפ ווער עס איז שר התורה, מנהיג ישראל, קדוש, וכו' און נישט בן פראדל מיט מיידלעך שטערן.
ר' דוד עקטשיין האט אויפגעשטעלט די ערשטע ביליגע זאל אין קרית יואל פאר "האלב" די פרייז פון ברכה סימא.
די אהרונים וועד הקרי פארמאגן 100'דערטער עקערס שטחים אין קרית יואל, בשעת די זאליס זענען ביטער אין דער ערד.
די אהרונים האבן די בית המדרש הגדול אין קרית יואל.
די הייליגע גענבטע רעביצין שול רופט מען אן ווערץ הויז.
ר' דוד עקשטיין איז א גוי.
הגה"צ אב"ד סאטמאר ווילי שליט"א, איז נישט סאטמאר וויליאסמבורג רב.
די ווילידטש באלאנגט פאר די אהרונים.
רוב קרית יואל שטימט פאר די אהרונים.
אזוי שעלט ער גאנצע בלעטער, און יעדער וואס שטארבט אין ליגט בבית
החיים דקהל יטב לב, און נישט מיט די מאנגוס אין פאלאקס בעק יארד, אלס קנס
שטייט נישט ווי זיי ליגן, די אלע זענען נישט באגראבען געווארן לויט דער
איד...
 |
|
|