בית פורומים אידישע געדאנק

מזל טוב! די אם המסורה האט געבוירן א בן זכר! און די אנדערע קינדער???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/11/2009 23:01 לינק ישיר 
מזל טוב! די אם המסורה האט געבוירן א בן זכר! און די אנדערע קינדער???

בליץ שנעל איז פארשפרייט געווארן די פרייליכע נייעס אז די אם המסורה מרת מארקאוויטש האט געבוירן א יונגל בשטומ"צ,
די קינד איז געבוירן געווארן אביסל פאר די צייט צוליב די שווערע מצב וואס די מאמע מאכט נעבאך מיט פון די רשעים די
קינד געפונט זיך אין א ספעציעלע אפטיילונג אין שפיטאל (פארשטייט זיך נישט הדסה) ווי מען באהאנדלט אים, פרייטיג
צונאכטס וועט פארקומען די שלום זכור אין תו"א ווי ס'איז ערווארטעט א גרויסע עולם וואס וועלן קומען מחזק זיין די טאטע
מיט די משפחה. 
  
                                              דריי געשוויסטער געפארן קיין לאנדאן

נעכטן זענען דריי קינדער פון מארקאוויטש (ס'איז דא וואס זאגן אז נאר צוויי) אוועקגעפארן קיין לאנדאן נאכדעם וואס זיי מאכן מיט שווערע צרות פון די סאושעל סערוויס ווי זיי ווילן כסדר חוקר זיין די קינדער אויב די מאמע פייניגט זיי נישט חלילה, די
פרקליטות זענען געכאפט געווארן אין שאק אויף אזאנס האבן זיי זיך נישט געראכטן ווייל דאס איז א לעגאלע זאך אבער א
גוטע שטעך פאר זיי, זיי האבן פארלוירן די שאנס צו קענען משכנע זיין די קינדער קעגן די מאמע, איז פון איין זייט האבן זיי
שוין אפגערופן א דיון אויף נעקסטע וואך אין בית המשפט ווי זיי פארלאנגן מען זאל שווערער מאכן די תנאים פון די מאמע
און אזוי אויך מחייב זיין די ערבים און פון די אנדערע זייט האבן זיי מודיע געווען פאר די פרעסע אז זיי זענען העכסט צופרידן
אז מען האט אפגעטיילט די מאמע פון די קינדער אזוי אז די קינדער זענען שוין נישט אין א סכנה פון די מאמע, די פלא איז
נאר אויב אזוי פארוואס האבן זיי שנעל ארויפגעלייגט א 'צו עיכוב יציאה' פאר די איבריגע קינדער פון די מאמע און פארוואס רופן
זיי אפ א דיון אין בית המשפט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2009 23:17 לינק ישיר 

הודו לה' אז מ'האט געקאנט ארויסראטעווען כאטשיק אייניגע קינדער פון אונטער זייערע הארטע נעגל!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מזל טוב! די אם המסורה האט געבוירן א בן זכר! און די אנדערע קינדער???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext