אויף אזוינס האט זיך די פרקליטות נישט געראכטן, דער שופט משה רביד (וואס איז ידוע פאר א אנטי חרדי און אזוי
אויך זיין ווייב ארבעט ביי א ספעציעלע ארגיניזעישן וואס ארבעט אז היימישע יודן זאלן גליטשן פון יודישע וועג רח"ל)
האט היינט גע'פסקנ'ט אז די משפחה פון אם המסורה האט נישט פארלעצט די געזעץ מיט דעם וואס די קינדער
זענען אוועקגעפארן קיין לאנדאן על אפם ועל חמתם פון די פרקליטות, האט די פרקליטות אנגהויבן צו טענה'ן אז
די לעצטע פאר טעג וואס די מאמע איז געווען אין שפיטאל זענען די קינדער נישט אדורך די נויטיגיע אונטערזוכונג
פון די דאקטורים אויף דעם האט דער שופט געענטפערט אז ס'איז זייער נארמאל ווייל די מאמע איז געווען אין שפיטאל
איז נישט געווען ווער עס זאל דאס אינזינען האבן און די ערבים דארפן גארנישט צאלן.
די פרקליטות האט ביי די פרשה שוין פארלוירן 5 מאל אין די בית המשפט און געווינען צוויי מאל, דאס איז א
שטארקע באווייז אז זייי פראבירן מיט אלע מיטלען צו שולדיג מאכן די פרוי נאך פארן געריכט ווייל ווען נישט
וואלטן זיי זיך נישט אזוי ביליג געמאכט נאר צוגעווארט צו די משפט פון די פרוי וואס דארט לויט זיי איז פשוט
אז זי וועט גלייך באשולדיגט ווערן, דאס שולדיג מאכן די פרוי פארן ענטגילטיגע פראצעס געבט א אוטומאטישע
לעגיטימאציע פארן שופט צו פסקנ'ן לרעתה.
נשלח ב-22/11/2009 17:57
ב"ה, זאל זי שוין האבן א גאנצע ישועה במהרה אמן.
נשלח ב-22/11/2009 21:35
היינט איז נודע געווארן נאך א פרט, די פרוי האט צום ערשט געוויילט אין שערי צדק שפיטאל און
די סאושל סערוויס זענען איר געקומען באזוכן אפאר מאל א טאג און איר געפייניגט נישט האבנדיג קיין כח איז זי פלוצלינג אריבער צו ביקור חולים שפיטאל ווי דער מנהל דארט לאזט בשום אופן נישט די סאושל סערוויס זאל איר באזוכן, דער אייבישטער זאל העלפן זאלן שנעל האבן א מפלה
נשלח ב-23/11/2009 04:45
אמן
נשלח ב-23/11/2009 07:33
די פרוי האט נישט די מעגלכקייט אוועק צי פארן פין
ארץ ישראל
פטר צי ווערן פין די גאנצע בלבל?
בעצם מיט א גוטע פלאן וואלט מען דאס יא געקענט באווייזן נאר איך גלייב אז יעצט אז די קינדער
זענען אנטלאפן וועט מען ספעציעל אכטונג געבן דאס זאל נישט פאסירן נאכאמאל.
הרביונה, איר זענט נישט גערעכט, די גוטע צייטן האבן זיך בכלל נישט געענדיגט ס'איז אייביג אזוי
געווען אז ענגלאנד קען איר נאך צוריקשיקן, אבער למעשה צו צוריקשיקן מאכט מען א משפט וואס
דאס אליינס קען זיך ציען יארן אין ביי די משפט דארף מדינת ישראל אויפווייזן אז דער מענטש וועם זיי פאדערען
איז טאקע א פאברעכער און ערשט דערנאך קענען זיי אים נעמען, דא ביי די מעשה איז קלאר אז
אין לאנדאן וואלט די פרוי געקענט אויפווייזן איר אומשולדיגקייט און ממילא וואלט איר ענגלאנד נישט
צוריקגעשיקט.